אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ביטול חמץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏דער חיוב: פארברייטערט)
(קלארער אזוי (חיוב איז אויך מדרבנן))
שורה 14: שורה 14:
איבערן כאראקטער און פארמאט פון מבטל זיין זענען פארהאן לענגערע שמועסן אין די [[ראשונים]].
איבערן כאראקטער און פארמאט פון מבטל זיין זענען פארהאן לענגערע שמועסן אין די [[ראשונים]].


==דער חיוב==
==מקור==
פארהאן א [[מחלוקת]] צווישן [[רש"י]] און די [[תוספות|בעלי התוספות]] וואו ס'איז דער מקור אין פסוק אויף ביטול חמץ, אבער למעשה איז דאס מחלוקת נישט בלויז איבערן מקור, נאר דער עצם מהות פון ביטול חמץ איז געוואנדן אין דעם מחלוקת.
פארהאן א [[מחלוקת]] צווישן [[רש"י]] און די [[תוספות|בעלי התוספות]] וואו ס'איז דער מקור אין פסוק אויף ביטול חמץ, אבער למעשה איז דאס מחלוקת נישט בלויז איבערן מקור, נאר דער עצם מהות פון ביטול חמץ איז געוואנדן אין דעם מחלוקת.
===שיטת רש"י===
===שיטת רש"י===

רעוויזיע פון 08:31, 3 אפריל 2023

ביטול חמץ
(הויפט מקורות)
מקרא
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".שמות יב, טו
משנה פסחים פרק א'
משנה תורה
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) נישטא קיין הלכות זמנים.משנה תורה לרמב"ם, הלכות זמנים, פרק חמץ ומצ"ה, הלכה ב'
שולחן ערוך אורח חיים, סימנים תל"א-תמ"א
ספרי מניין המצוות ספר המצוות, עשה קנ"ו
ספר החינוך, מצוה ט'

ביטול חמץ איז די מצוה וואס ווערט אויסגעפירט בעפאר דעם יום טוב פסח, איידער עס גייט אריין אין קראפט די איסורים פון חמץ אום פסח. מדאורייתא, וואלט ביטול אליין געווען גענוג אוועקצונעמען די איסורים פון חמץ[1], אבער חז"ל האבן צוגעלייגט אז עס פעלן זיך אויך אויס בדיקת חמץ און ביעור חמץ.

איבערן כאראקטער און פארמאט פון מבטל זיין זענען פארהאן לענגערע שמועסן אין די ראשונים.

מקור

פארהאן א מחלוקת צווישן רש"י און די בעלי התוספות וואו ס'איז דער מקור אין פסוק אויף ביטול חמץ, אבער למעשה איז דאס מחלוקת נישט בלויז איבערן מקור, נאר דער עצם מהות פון ביטול חמץ איז געוואנדן אין דעם מחלוקת.

שיטת רש"י

פון רש"י'ס ווערטער[2] ווייזט אויס אז מיטן מבטל זיין דעם חמץ איז מען מקיים די מצוה פון "תשביתו" וואס שטייט אין פסוק:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ציטוטון

פאראמעטער [ 3 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
”... אַךְ בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן תַּשְׁבִּיתוּ שְּׂאֹר מִבָּתֵּיכֶם, כִּי כָּל אֹכֵל חָמֵץ וְנִכְרְתָה הַנֶּפֶשׁ הַהִוא מִיִּשְׂרָאֵל, מִיּוֹם הָרִאשֹׁן עַד יוֹם הַשְּׁבִעִי” (שמות יב טו) און דערויף מערקט רש"י אן: "דכתיב 'תשביתו' ולא כתיב 'תבערו', והשבתה דלב היא השבתה". דאס הייסט, ווען די תורה באפעלט "תשביתו" מיינט דאס נישט פאקטיש ליקווידירן דעם חמץ, נאר מבטל זיין אין הארץ.

דער רמב"ן אין זיינע חידושים אויף מסכת פסחים ערקלערט: "ביטול כשמו, שיבטלו בלבו מתורת חמץ ואינו רוצה בקיומו, וכך הוא משמעות ההשבתה בכל מקום, כעניין ולא תשבית מלח ברית אלקיך, לא תבטל, וכן נמי משמעות שביתה - ביטול, וכן אונקלוס מתרגם 'תבטלון חמירא'"[3].

אויך דער רמב"ם לערנט ווי רש"י: ”ומה היא השבתה זו האמורה בתורה, היא שיבטל החמץ בלבו ויחשוב אותו כעפר, וישים בלבו שאין ברשותו חמץ כלל ושכל חמץ שברשותו הרי הוא כעפר וכדבר שאין בו צורך כלל”[4].

שיטת בעלי התוספות

ווידעראום, דער ר"י אין תוספות האלט אז דער מקור פון ביטול חמץ איז פון דער דרשת חז"ל, געברענגט אין גמרא:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ציטוטון

פאראמעטער [ 3 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
”לֹא יֵרָאֶה לְךָ - שלך אי אתה רואה, אבל אתה רואה של אחרים ושל גבוה” (שמות יג ז)[5], פון דער דרשה ווייזט אויס אז מ'איז נאר עובר דעם איסור פון "בל יראה ובל ימצא" טאמער דאס חמץ געהערט פאר אים, אבער ווען ס'איז אן אנדערנ'ס חמץ, איז מען נישט עובר דעם איסור, אפילו עס געפינט זיך אין זיין רשות. דאס הייסט אז דער עיקר איסור איז די אייגנטימערשאפט אויפן חמץ. און דא, לויטן ר"י, קומט אריין דער ענין פון "ביטול חמץ", וועלכע באדייט אייגנטליך מפקיר זיין דאס חמץ: "דמאחר שביטלו הוי הפקר ויצא מרשותו"[6]. דער שאגת אריה ברענגט פילע ראיות צו די שיטה פון תוספות[7].

זעט אויך

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. "מדאורייתא, בביטול בעלמא סגי" פסחים ד, ב
  2. רש"י, פסחים ד, ב, ד"ה בביטול בעלמא
  3. חידושי רמב"ן למסכת פסחים, ד' ב, אויף ספריא

  4. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות {{{1}}}, פרק חמץ ומצ"ה, הלכות ב'–ב'
  5. פסחים ה, ב
  6. תוספות, פסחים ד, ב, ד"ה מדאורייתא
  7. שאגת אריה, סימן ע"ז
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער