אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אראבישע ליגע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏היסטאריע: הגהה, אינערליכע פארבינדונגען)
ק (←‏מיטגלידער: טעות סופר)
שורה 39: שורה 39:
|
|
* {{פאן|קואוועיט||+}} - [[יולי 20]] [[1961]]
* {{פאן|קואוועיט||+}} - [[יולי 20]] [[1961]]
* {{פאן|אלדזשיר||+}} - [[אוגוסט 16]] [[1962]]
* {{פאן|אלדזשיר||+}} - [[אויגוסט 16]] [[1962]]
* {{פאן|פאראייניגטע אראבישע עמיראטן||+}} - [[יוני 12]] [[1971]]
* {{פאן|פאראייניגטע אראבישע עמיראטן||+}} - [[יוני 12]] [[1971]]
* {{פאן|באכריין||+}} - [[סעפטעמבער 11]] [[1971]]
* {{פאן|באכריין||+}} - [[סעפטעמבער 11]] [[1971]]

רעוויזיע פון 15:12, 28 מערץ 2023

אראבישע ליגע
אַראַביש: جامعة الدول العربية Jāmiʿat ad-Duwal al-ʿArabiyya
Emblem of the Arab League.svg
Member states of the Arab League (orthographic projection).svg
Flag of the Arab League.svg
אראבישע ליגע פאן
התאגדות ראיאנאלע ארגאניזאציע
שפה רשמית אראביש
משרד ראשי קאירא, עגיפטן
http://www.leagueofarabstates.net/

די אראבישע ליגע (אַראַביש: الجامعة العربية, אל-זשאַמיא אל-אַראַביאַ (הערן), ענגליש: Arab League), אפיציעל די ליגע פון אראבישע שטאטן (אַראַביש: جامعة الدول العربية) איז א ראיאנאלע ארגאניזאציע אין די אראבישע וועלט, צוזאמגעשטעלט פון 22 מיטגלידער, מיט'ן ציל צו באפרייען אלע אראבישע לענדער פון דרויסנדיגע פירערשאפט, פארמיידן - און זיך קעגנשטעלן - די גרינדונג פון א אידישע לאנד אין ארץ ישראל, און דערנענטערן די באציאונגען צווישן מיטגלידער, פארמערן צוזאמענארבעט, און סערווירן די אינטערעסן פון די אראבישע לענדער.

די ליגע פירט אן מיט פילע אינסטיטוציעס צו באשיצן און פאראויסשטופן אראבישע אינטערעסן, און דינט אלס וויכטיגע פארום וואו מיטגלידער קומען זיך צוזאם זיך דורכקומען און קאארדינירן צווישן זיך, דורכפירן שטודיעס און שטעלן קאמיטעען זיך אפצוגעבן מיט פראבלעמען וואס פלאגן די אנגעשלאסענע לענדער, און ארויסשטעלן א פאראייניגטע אראבישע שטעלונג צו די אינטערנאציאנאלע געמיינדע. אבער טראץ איר ציל צו פאראייניגן די אראבישע לענדער האט די ארגאניזאציע געזען שוואכע קאאפעראציע דורכאויס די יארן און געהאט ווייניג סוקסעס מיט לעזן פאליטישע שטרייטן צווישן אירע מיטגלידער[1].

היסטאריע

פון די פריע 1900 יארן האבן אראבישע פירער געזוכט צו האבן א שטערקערע ווארט און צוזאמענארבעט. נאכן ערשטן וועלט קריג מיט די צוזאמפאל פון די אטאמאנישע אימפעריע האבן עטליכע אראבישע לענדער געווינען טיילווייזע זעלבסטשטענדיגקייט און מיטן צווייטן וועלט קריג האט זיך געהויבן די אראבישע נאציאנאליזם, און דער ווילן זיך צו גענצליך באפרייען פון אייראפעאישע קאלאניאליזם און דרויסנדיגע דאמינאנץ. די בריטן וועלכע האבן געוועלטיגט אויף גרויסע טיילן פונעם מיטל מזרח האבן דאן געשטיצט די פריע געשפרעכן, האפנדיג צו אריבערגעווינען די אראבישע לענדער אויף די זייט פון די אליאירטע קעגן נאצי-דייטשלאנד[2]. עטליכע זיצונגען זענען אפגעהאלטן געווארן אין די יארן 1942–1944 אין פארברייטונג צו אוועקשטעלן די ליגע.

אויף די איניציאטיוו פון דער עגיפטישער פרעמיער מיניסטער מוסטאפא על-נאחאס פאשא, איראקער פרעמיער מיניסטער נורי א-סאאיד, און דער קעניג פון טראנס-ירדן אבדוללאה איבן כוסעין, האבן זיבן אראבישע פירער זיך געטראפן אום פרילינג פון יאר 1944 אין אלעקסאנדריע, עגיפטן, צו דיסקוטירן די פלענער פון שאפן אזא ארגאניזאציע, און אום מערץ 22 1945 איז די אפיציעלע פראטאקאל געווארן אונטערגעשריבן דורך די גרינדער שטאַטן. כאטש טייל נאציאנאליסטן האבן געהאפט צו שאפן א פאראייניגטע אראבישע שטאט אדער פאראיין, זענען אבער מערסטנס באטייליגטע נישט איינגעגאנגען צו אויפגעבן זייער זעלבסטשטענדיגקייט, און אנשטאט איז געשאפן געווארן א לויזע פארבאנד פון באזונדערע זעלבסטשטענדיגע שטאַטן.

די אפיציעלע הויפטקווארטיר איז אוועקגעשטעלט געווארן אין קאירא, עגיפטן. יעדער מיטגליד האט איין שטימע אין די "קאנסיל פון די אראבישע ליגע", און באשלוסן זענען נאר בינדענד פאר מיטגלידער וואס האבן אנטיילגענומען אין די אפשטימונג.

מיטגלידער

אנשליס דאטומען פון מיטגלידער שטאַטן; קאמאראס (אין רינג) האט זיך אנגעשלאסן 1993
  1940'יגער   1950'יגער   1960'יגער   1970'יגער

פאליקטיק און אקטיוויטעטן

דאס אונטערשרייבן פון די אראבישע ליגע פראטאקאלן, מערץ 22 1945
הויפטקווארטיר פון אראבישע ליגע, קאַיראָ

פון די פריע יארן איז די ליגע געווען שטארק אקטיוו אין איר קעגנערשאפט צו מדינת ישראל, עטאבלירט אין 1948. די פאלעסטינער האבן געהאט פארטרעטער אין די ליגע פון איר גרינדונג אלץ אבזערווירער ביז זייער אפיציעלער אנשליס אין 1976. אום מאי 15 (ו' אייר) 1948, א טאג נאך די דעקלאראציע פון זעלבסשטענדיגקייט אין מדינת ישראל, האבן די 7 מיטגלידער לענדער פון די ליגע אריינמארשירט אין אן אינוואזיע קעגן די ניי-געגרינדענע לאנד, אין די קריג באקאנט אלץ די מדינת ישראל זעלבסשטענדיגקייט קריג. נאכ'ן ענדע פונעם קריג האט די ליגע דערקלערט די אראבישע באיקאט פון מדינת ישראל.

טראץ די וויכטיגקייט פון די קעגנערשאפט צו מדינת ישראל און די אויבנאן וואס עס האט פארנומען ביי די אראבישע ליגע, האט די ליגע נישט באוויזן צו אוועקשטעלן א פאראייניגטע פאליסי אפילו אויף דעם הינזיכט אדער פאר די פראבלעם פון די פאלעסטינער פליטים. אין 1949 האט ירדן אנעקסירט די מערב ברעג אין קעגנזאץ צו די מיינונג פון די איבריגע אראבישע לענדער.

אין 1950 איז אונטערגעשריבן געווארן צווישן די גרינדער לענדער א געמיינזאמע פארטיידיגונג און עקאנאמישע קאאפעראציע אפמאך. אין 1953 איז געשאפן געווארן אן עקאנאמישע קאנסיל, און אום 1957 איז געגרינדעט געווארן די קאנסיל פון אראבישע עקאנאמישע פאראייניגונג (CAEU), צו קאארדינירן פאראייניגטע עקאנאמישע אקטיוויטעטן.

ביי די קאירא סאמיט אין 1964 האט די ליגע אויפגעשטעלט די פאלעסטינע באפרייאונג ארגאניזאציע, וועלכע האט זיך אין יאר 1976 אנגעשלאסן אלץ מיטגליד. אין 1988 האט די "פאלעסטינער שטאַט" דערקלערט זעלבסשטענדיגקייט און איבערגענומען די ארט פון די PLO.

אין יאר 1976 האט די ליגע געשאפן א מיליטערישע קראפט צו ברענגען שלום אין די לבנון ברודער קריג אבער האט האט נישט געהאט קיין סוקסעס צו ענדיגן די קריג.

אין יאר 1979 איז געשאפן געווארן א קריזיס אין די ארגאניזאציע ווען די עגיפטישע פרעזידענט אנוואר סאדאט האט באזוכט די כנסת אין ירושלים און די מדינת ישראל-עגיפטן שלום אפמאך. עגיפטן איז געווארן סוספענדירט פון די ליגע, און די הויפטקווארטיר און פירערשאפט איז אריבער פון קאירא קיין טוניס. עגיפטן איז צוריק אריינגענומען געווארן 10 יאר שפעטער, אין 1989, און די הויפטקווארטיר איז דאן צוריק קיין קאירא.

ביי די איראקער אינוואזיע פון קואוועיט אין 1990 האבן 12 מיטגלידער געשטימט צו פארדאמען איראק און פארלאנגען די באלדיגע ארויסצי פון אירע טרופן פון קואוועיט. עטליכע מיטגלידער האבן אויך אקטיוו אנטיילגענומען אין די גאלף קריג אנגעפירט דורך אמעריקא. אנדערע לענדער האבן געשטומט אפוועזנד, און טייל האבן געשטומט דערקעגן, און געווען סימפאטיש צו איראק.

א מערהייט מיטגלידער האבן זיך קעגנגעשטעלט די אמעריקאנער אינוואזיע פון איראק אין 2003, אין די צייט וואס קואוועיט און קאטאר האבן עס געשטיצט און געאפפערט זייער טעריטאריע פאר אמעריקא צו נוצן פאר די אינוואזיע.

ביי די ליביער אויפשטאנד און ציווילע קריג, און די ברוטאלע באנעמונג פון מואמאר קאדאפי קעגן די אויפשטענדלער איז ליביע סוספענדירט געווארן אום פעברואר 22[3], ביז קאדאפי'ס טויט אין אוגוסט, ווען די איבערגאנג רעגירונג איז צוריק אריינגענומען געווארן[4]. סיריע איז סוספענדירט געווארן נאוועמבער 16 2011 צוליב די אונטערדריקונג פון אירע בירגער דורך די אסאד רעזשים[5].

אין 2015 האט די ליגע אויסגעדרוקט שטיצע צו די סאודי-אנגעפירטע קאאליציע אין תימן קעגן די חוטי רעבעלן[6].

פירערשאפט

סעקרעטאר גענעראלן פון די אראבישע ליגע
נאמען אראביש בירגערשאפט אנהייב ענדע
אבדול ראחמאן חאסאן אזאם عبد الرحمن حسن عزام עגיפטן 1945 1952
מוחאמעד אבדול חאלעק חסונא محمد عبد الخالق حسونة עגיפטן 1952 1972
מחמוד ריאד محمود رياض עגיפטן 1972 1979
טשעדלי קליבי الشاذلي القليبي טוניזיע 1979 1990
ד"ר אחמעד אצמאט אבדעל-מעגייד د. أحمد عصمت عبد المجيد עגיפטן 1991 2001
אמר מוסא عمرو موسى עגיפטן 2001 2011
ד"ר נאביל אל-אראבי نبيل العربي עגיפטן 2011 2016
אחמעד אבול רייט أحمد أبو الغيط עגיפטן 2016 אמטירנד

רעפערענצן

  1. Barnett, Michael; Solingen, Etel (2007), Johnston, Alastair Iain; Acharya, Amitav (eds.), "Designed to fail or failure of design? The origins and legacy of the Arab League", Crafting Cooperation: Regional International Institutions in Comparative Perspective, Cambridge University Press, pp. 180–220, doi:10.1017/cbo9780511491436.006, ISBN 978-0-521-69942-6.
  2. Lüthi, Lorenz M. (2020), The United Kingdom and the Arab League., Cambridge University Press, pp. 42–67, doi:10.1017/9781108289825.004.
  3. "Libya suspended from Arab League sessions" (1995-06-20). .
  4. "Arab League Recognizes Libyan Rebel Council", RTT News (25 August 2011). .
  5. Black, Ian (26 March 2013). "Syrian opposition takes Arab League seat". The Guardian. Retrieved 20 November 2014..
  6. "Arab League's joint military force is a 'defining moment' for region", Los Angeles Times (29 March 2015). .


*

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער

מוסטער:קרד/ויקי/אנגלית