אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמואל ראזנבערג"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי שמואל ראזנבערג צו רוי:רבי שמואל ראזנבערג אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (החלפת טקסט – "יידישער קהילה" ב־"אידישער קהילה") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
הרב '''שמואל ראזנבערג''' ([[ה'תר"ב]] - [[י"א סיון]] [[ה'תרע"ט]]) איז געווען דער [[אב"ד|רב]] פון דער | הרב '''שמואל ראזנבערג''' ([[ה'תר"ב]] - [[י"א סיון]] [[ה'תרע"ט]]) איז געווען דער [[אב"ד|רב]] פון דער אידישער קהילה אין [[אונסדארף]]. | ||
רעוויזיע פון 10:30, 19 מערץ 2023
הרב שמואל ראזנבערג (ה'תר"ב - י"א סיון ה'תרע"ט) איז געווען דער רב פון דער אידישער קהילה אין אונסדארף.
שמואל ראזנבערג איז געבוירן אין תר"ב צו זיין פאטער הרב ישראל יונה צבי ראזנבערג אב"ד טיסא-פירעד.[1]
ער האט געלערנט ביי רבי אפרים טשאבא און דעם כתב סופר.
אין תרכ"ט האט מען אים דערוויילט אב"ד פון טשאבא, און אין תרמ"ד איז ער געווארן אב"ד פון אונסדארף, וואו ער איז געבליבן 35 יאר ביזן סוף פון זיינע טעג. ער האט געהאט הונדערטער תלמידים.
ער האט געהאט א זון רבי אפרים יהודא וואס איז נפטר געווארן ביי זיין לעבן; רבי אפרים יהודא איז געווען אן איידעם ביי ר' הלל קאלאמאייער. זיין טאכטער איז געווען די ווייב פון רבי יהודא הלוי הורוויץ.
נאך זיין פטירה האט מען באשטימט זיין אייניקל רבי יוסף צבי יונה הורוויץ, אן איידעם ביי ר' ישעיה זילבערשטיין פון ווייצן, צו ווערן אונסדארפער רב.
זיינע ספרים
- באר שמואל
זיינע תלמידים
- רבי יהושע בוקסבוים, אב"ד גאלאנטא
- הרב שמואל דוד אונגאר, אב"ד נייטרא
- רבי שמואל חיים דייטש פון מונקאטש
- רבי ישראל טויסיג פון מאטערסדארף
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!