אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אריאל שרון"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "אינערן-מיניסטארן אין ישראל" ב־"אינערן-מיניסטארן אין מדינת ישראל")
ק (החלפת טקסט – "פערטהיידיגע מיניסטערס אין ישראל" ב־"פארטיידיגונג מיניסטארן אין מדינת ישראל")
שורה 18: שורה 18:
   
   
{{פרעמיער מיניסטארן פון ישראל}}
{{פרעמיער מיניסטארן פון ישראל}}
{{פערטהיידיגע מיניסטערס אין ישראל}}{{אינערן-מיניסטארן אין מדינת ישראל}}
{{פארטיידיגונג מיניסטארן אין מדינת ישראל}}{{אינערן-מיניסטארן אין מדינת ישראל}}
{{גרונטסארטיר:שרון, אריאל}}
{{גרונטסארטיר:שרון, אריאל}}
[[קאטעגאריע:כנסת דעפוטאטן]]
[[קאטעגאריע:כנסת דעפוטאטן]]

רעוויזיע פון 10:27, 17 מערץ 2023

אריאל שרון
ווייב לילי שרון

אַרִיאֵל שָׁרוֹן אָדער אַריק שאַראָן (שיינערמאן) (ה' אדר תרפ"ח, 26סטן פעברואר 1928 - י' שבט תשע"ד, 11טן יאנואר 2014) איז געווען דער עלפטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישׂראל. ער האט געהערשט פון יאָר 2001 ביז יאַנואַר 2006. אויך איז ער געווען דער פירער פון ליכוד'ס-פּאַרטיי פון סעפטעמבער 1999 ביז נאָוועמבער 2005.

אין נאָוועמבער 2005 האָט ער אויפגעשטעלט א נייע פאליטישע פארטיי מיטן נאמען קדימה, אָבער באַלד אום 4 יאַנואַר 2006 האָט אים אַן אנפאל אָנגעכאַפט און ער איז אין שפיטאָל אריין.

אום 15 אָגוסט 2005 האָט ער איינגעפירט דעם ריקצוג פלאן (התנתקות) און עוואַקואירט אין משך 8 טעג 22 יישובים אין עזה פאס און נאך 4 יישובים אין צפון־שומרון און זיי איבערגעגעבן צו פאלאסטין.

געשיכטע

אריאל איז געבוירן געוואָרן אום 1928 אין "כפר מאַלאַל", פאלעסטינע (ארץ־ישֹראל). און איז געווען אַ גענעראַל לייטער ביי די ערשטע יאָרן פון דער ישראל'ישער רעגירונג פון 1948. ביי די אומאפהענגיגקייט מלחמה איז ער געווען א סאלדאט, ווי ער איז שווער פארווונדעט געווארן, און כמעט געשטארבן.

ער האט געגרינדעט די 101טע דיוויזיע, וואס איז שפעטער אריבער צו דער פאל-שירעם בריגאדע, ביי די סיני מלחמה, און ביי די זעקסטאגיקער מלחמה איז ער געווען פון די הויפט גענעראלן, איינצונעמען דעם סיני האלבאינדזל, און ביי דער יום כיפור מלחמה איז ער אריבער דעם סועץ קאנאל מיט זיינע זעלנער.

ער איז געווארן זיכערהייטס מיניסטער, אין 1981. אבער נאכן סאברא און שאטילא מארד, האט ער רעזיגנירט, ער איז געווען פון די הויפט שטיצער פון די קריסטן, ביי דער לבנון ברודער קריג, אין דער ישראל רעגירונג, אונטער מנחם בעגין. א טייל מענטשן האבן אים באשולדיגט, אז דער קריג פרידן פארן גליל, איז זיין קריג. און מיט דעם האט ער אונטערגעברענגט בעגין.

משפחה

ער האט ערשט חתונה געהאט מיט זיין ווייב מרגלית בזיווג ראשון פון וועמען זיין זון גור שרון איז געבוירן און געשטארבן אין אן אויטאָ-עקסידענט. ובזיווג שני א פרוי שוועסטר פון מרגלית, לילי, האט ער צוויי קינדער, עמרי און גלעד.

מוסטער:פרעמיער מיניסטארן פון ישראל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!