אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי דוב בעריש וויידנפעלד"
ק (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)") |
ק (Moving from Category:נקבר אין הר המנוחות to Category:באערדיגט אין הר המנוחות using Cat-a-lot) |
||
שורה 26: | שורה 26: | ||
[[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]] | [[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]] | ||
[[קאַטעגאָריע:גדולי ישראל ארויף קיין א"י]] | [[קאַטעגאָריע:גדולי ישראל ארויף קיין א"י]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:באערדיגט אין הר המנוחות]] | ||
{{שטומף|רבנים}} | {{שטומף|רבנים}} | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 01:00, 17 מערץ 2023
הרב דוב בעריש וויידנפעלד (הרימלאוו, ה' שבט ה'תרמ"א - ירושלים, י' חשוון ה'תשכ"ו), באוואוסט אלס דער טשעבינער גאון, רב און ראש ישיבה, וועלט'ס פוסק הלכה, און פון די פירערס פון חרדישע אידנטום אין ארץ ישראל.
ביאגראפיע
דוב בעריש איז געבוירן ה' שבט תרמ"א אין הרימלאוו, גאליציע צו זיין פאטער הרב יעקעלע וויידנפעלד, א הוסיאטינער חסיד, אב"ד הרימלאוו און מחבר פון שו"ת כוכב מיעקב. צוויי וואכן נאך זיין בר מצוה איז ער פאר'יתומט פון זיין פאטער.
אין תר"ס האט ער חתונה געהאט מיט יאכעט, טאכטער פון ישראל יוסף קלוגער פון טשעבין.[1]
אין דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די רוסן אים געשיקט אין אן ארבעטס-לאגער אין סווערדלאווסק, סיביר.
נאכן קריג אין תש"ז איז ער געקומען וואוינען אין ירושלים וואו מען האט אים אנערקענט אלס איינער פון די גדולי הדור. קורץ נאכהער איז זיין ווייב נפטר געווארן, און ער האט געהייראט רייזל ליבערמאן. נאך איר פטירה האט ער געהייראט בזיווג שלישי שרל, די אלמנה פון הרב יוסף בערנפעלד, וואס זי איז געווען אן אייניקל פונעם חתם סופר. איר אייניקל האט חתונה געהאט מיט רבי אברהם גענאכאווסקי.
ער איז געווארן איינער פון די מנהיגים פון מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל. ער האט אויפגעשטעלט די "כוכב מיעקב" ישיבה אויף זיין פאטערס נאמען אין ירושלים (צום ערשט אין חרל"פ גאס, שערי חסד, און שפעטער אין א נייעם בנין אין חנה גאס, לעבן שיכון חב"ד).
זיינע תשובות זענען געדרוקט מיטן נאמען "דובב מישרים".
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!