אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באיאן (חסידות)"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)") |
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט רוי:באיאן (הויף) צו רוי:באיאן (חסידות) אן לאזן א ווייטערפירונג: החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)") |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 07:12, 13 מערץ 2023
באיאן איז א חסידות געגרינדעט אין דער שטאט באיאן, אוקראינע, וואס שטאמט פון דעם הייליגן רוזשינער רבי'ן.
דער ערשטער באיאנער רבי איז געווען רבי יצחק פרידמאן (תר"י - תרע"ה) פון באיאן, בוקאווינע, דער "פחד יצחק" פון באיאן. זיין פאטער איז געווען רבי אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון רבי ישראל פון רוזשין, וואס האט געגרינדעט דאס שושלת רוזשין.
נאך דער פטירה פונעם פחד יצחק האבן זיינע פיר זין אנגעהויבן צו פירן רעביסטעוועס.
- דער עלצטער זון, הר"ר מנחם נחום, איז געווארן רבי אין טשערנאוויץ.
- דער צווייטער זון, הר"ר ישראל (תרל"ח - תשנ"א), איז געווארן רבי אין לייפציג, דייטשלאנד. אין תרצ"ט איז ער אריבער קיין תל אביב.
- דער דריטער זון, הר"ר אברהם יעקב (תרמ"ד - תש"ב), איז געווארן רבי אין לעמבערג. די נאציס האבן אים געהרגעט.
- דער יינגסטער זון, הרה"צ מרדכי שלמה פרידמאן, האט זיך געצויגן קיין אמעריקא וואוּ ער האט ממשיך געווען די דינאסטיע. נאך זיין פטירה אין תשל"א איז זיין אייניקל (זיין טאכטער'ס א זון) הרה"צ נחום דוב ברייער געווארן באיאנער רבי.
דער באיאנער הויף געפינט זיך היינט צוטאגס אין ירושלים ארץ ישראל מיט מוסדות איבער דער וועלט.
באיאנער ייחוס
|
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: באיאן (חסידות) |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!