אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלעסק (חסידות)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אלעסק (הויף) צו רוי:אלעסק (הויף) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט רוי:אלעסק (הויף) צו רוי:אלעסק (חסידות) אן לאזן א ווייטערפירונג: החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")

רעוויזיע פון 07:06, 13 מערץ 2023

אַלעסק אין מזרח גאליציע איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האט געוואוינט הרב חנוך העניך דוב מייער, אן איידעם ביי הרב שלום רוקח פון בעלזא, וואס זיינע אייניקלעך זענען די רבי'ס פון אלעסק, סאסאוו און סטאניסלאוו.

רבי'ס פון דער אלעסקער דינאסטיע

הרב חנוך העניך דוב איז געבוירן געווארן אין תק"ס (1800) צו רבי שמואל מאיר פון בעלז, אן איידעם פון רבי מאיר פון בעלז, א תלמיד פונעם בעל שם טוב. ער איז געווען א חסיד פון רבי אורי פון סטרעליסק, רבי נפתלי צבי הורוויץ פון ראפשיץ און פון זיין שווער רבי שלום פון בעלזא. אלס בחור איז ער נאך געווען ביים חוזה פון לובלין. ער איז געווען רב אין סטאנאוו און דערנאך, פון תר"י אין אלעסק. נאך זיין שווער'ס פטירה אין אלול תרט"ו האט ער אנגעהויבן פירן א רביסטעווע. ער האט פארפאסט די ספרים "לב שמח" אויף תורה, הגדה של פסח און סידור. ער איז נפטר געווארן א' אלול ה'תרמ"ד (1884). זיינע איידעמעס זענען געווען רבי חיים אליהו ליבערמאן פון זאלקווא, רבי משה זילבערפארב, רבי צבי רוקח און רבי אשר אנשיל אשכנזי.

זיין עלטערער זון הרב יצחק (תקפ"ט - כ"ד אדר תרס"ד) איז געווען זיין ממלא מקום אין אלעסק. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי יוסף יאסקע פון לאשקאוויץ, אן אייניקל פון רבי משולם פייוויש העלער פון זשבארזש, דער "יושר דברי אמת". נאך זיין חתונה איז ער געווען א שטיק צייט ביי זיין שווער'ס שווער רבי מאיר פון פרעמישלאן. ער איז געווען א חסיד פון רבי ישראל פון רוזשין און פון זיין זיידן רבי שלום פון בעלז. נאך זיין פאטער'ס פטירה האט ער איבערגענומען די רביסטעווע. ער איז געווען מפורסם אלס א גדול בתורה. ער האט געהאט איין טאכטער, וואס האט חתונה געהאט מיט רבי אהרן מנחם מענדל אייכנשטיין, א זון פון רבי סענדער ליפא פון זידיטשוב.

הרב אהרן מנחם מענדל איז געווען דער ממלא מקום פון זיין שווער אלס אב"ד און רבי אין אלעסק. ביי דער ערשטער וועלט מלחמה האט ער זיך געצויגן קיין לעמבערג וואו ער איז נפטר געווארן י"ט אב ה'תרפ"ג (1923).

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!