אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם פארבשטיין"
ק (החלפת טקסט – "יידישע געבורט דאטום" ב־"אידישע געבורט דאטום") |
ק (החלפת טקסט – "יידישע טויט דאטום" ב־"אידישע טויט דאטום") |
||
שורה 3: | שורה 3: | ||
| באשרייבונג = הרב אברהם פארבשטיין אין 1990 | | באשרייבונג = הרב אברהם פארבשטיין אין 1990 | ||
| אידישע געבורט דאטום = תרע"ז | | אידישע געבורט דאטום = תרע"ז | ||
| | | אידישע טויט דאטום = א' שבט תשנ"ז | ||
}} | }} | ||
רעוויזיע פון 16:11, 9 מערץ 2023
הרב אברהם פארבשטיין אין 1990 | |
געבורט | תרע"ז |
---|---|
טויט | א' שבט תשנ"ז (אלט: 80 בערך) |
הרב אברהם יהודה פארבשטיין (תרע"ז, 1917 - א' שבט תשנ"ז, 9טן יאנואר 1997) איז געווען איינער פון די חברונער ראשי ישיבות, אויך א רעדאקטאר פון דער תלמוד-ענציקלאפעדיע און מיטגליד פון דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן אין פוילן צו יעקב פארבשטיין, שפעטער דער ערשטער ראט-פארזיצער פון בני ברק. אין תר"פ (1920), ווען ער איז געווען אלט דריי יאר, איז ער ארויף אין ארץ ישראל מיט זיין משפחה. צו ערשט האבן זיי זיך באזעצט אין תל אביב, און אין תר"צ (1930) האבן זיי זיך געצויגן קיין בבני ברק. יענע יאר, ווען ער איז געווארן בר מצווה, האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער חברונער ישיבה אין ירושלים.
ווען ער איז צוריקגעקומען אין ארץ ישראל האט ער חתונה געהאט מיט חנה, טאכטער פון הרב יחזקאל סארנא, דער חברונער ראש ישיבה. ער האט געדינט ווי א ראש ישיבה אין חברון מער ווי דרייציק יאר.
משפחה
- הרב משה מרדכי פארבשטיין, ראש ישיבת חברון
- הרב דניאל פארבשטיין, ר"מ אין ישיבת נחלת הלויים אין חיפה און איידעם פון הרב אליהו קושעלעווסקי
- הרב אלחנן פארבשטיין, משגיח אין אופקים ישיבה
- הרב יוסף פארבשטיין, געווען א מגיד שיעור אין ישיבת אור אלחנן, נפטר תשס"ו (2006)
- הרב יחזקאל פארבשטיין [בן הרב יוסף], א מגיד שיעור אין דער ישיבה פון הרב משה שטערנבוך אין ירושלים.
- עדנה, ווייב פון רבי רפאל שמואלעוויטש, פון די מירער ראשי ישיבה (זון פון הרב חיים שמואלעוויטש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!