אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ישיבת המתמידים"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט ישיבת המתמידים צו רוי:ישיבת המתמידים אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(←זייער אויסקוק ביי די רבנים: אינהאלט געהאט קיין שייכות צום קעפל און שטארק אומפונקטליך) |
||
שורה 13: | שורה 13: | ||
== זייער אויסקוק ביי די רבנים == | == זייער אויסקוק ביי די רבנים == | ||
רבי לייב מינצבערג האט אריינגעברענגט אין די קהילה זיין אייגנארטיגע דרך הלימוד, וואס איז באזירט אויפ'ן ליטווישן סטיל צוזאמען מיט'ן מהלך פון אלטן ישוב אין ירושלים. מיט דעם, האט ער זיך פארלייגט אפצולערנען די פסוקים לויט [[פשוטה של מקרא]] און צו מסביר זיין די [[טעמי המצוות]] אז זיי זאלן זיין פארשטענדליך און ראציאנאליש. | |||
אין יאר [[ה'תשס"ב]] האבן קנאים פון די עדה החרדית ארויסגעגעבן א קונטרס "כאבה של ירושלים", און דערין ציטאטן פון רבי לייב אין וועלכע ער איז לכאורה מזלזל אין חרד'ישע פרינציפן, פארשידענע רבנים און זייער מהלך אין לערנען. פארט האבן א חלק פון די רבנים פון די עדה החרדית אנגעהאלטן א קשר מיט די קהילה און מיט רבי לייב אליין. | |||
== אקטיוויטעטן == | == אקטיוויטעטן == |
רעוויזיע פון 08:39, 3 מערץ 2023
ישיבת המתמידים (אדער ווי זי הייסט היינט קהל עדת ירושלים) איז א ירושלימער חבורה וואס איז געגרינדעט געווארן דורך א בעלזער חסיד ר' יוסף אייכלער ז"ל און ר' אברהם לייב קליין ז"ל. דערנאך איז איר ראש חבורה געווען רבי לייב מינצבערג ז"ל.
די ישיבה גדולה און דער עיקר אקטיוויטעט געפינט זיך אין ירושלים, "מנחת יצחק" געגנט. אויך האט זי נאך שולן צעשפרייט אין ירושלים, פון זיי די צוויי גרויסע שולן, איינע אין די אונגארישע הייזער און איינע אין די ווארשעווע הייזער. היינטצוטאג האבן זיי אויך שולן אין די דרויסנדיקע שטעטלאך וואוּ די ירושלימער האבן זיך אריבער געצויגן, ווי בית שמש, ביתר עילית אא"וו.
היסטאריע
די חבורה האט זיך אנגעהויבן אומגעפער אין יאר ה'תש"י, ווען זיי האבן אנגעפירט א "ישיבת המתמידים" פאר בחורים (אנדערש ווי דער נארמאלער שטייגער אז א "ישיבת המתמידים" איז געווען בלויז פאר קינדער), אין די "חברה" האבן זיי אנגעפירט צומאלן "נסיעות" צו קברי צדיקים, וואס האט גורם געווען זאל די ישיבה שנעל וואקסן. מיט דער צייט האבן זיי פארענדערשט דאס ציל פון די נסיעות אויך אויף פארוויילונג.
אין די 90קער האבן זיי געטוישט דעם נאמען פון ישיבת המתמידים צו קהל עדת ירושלים צוליב דעם וואס דער נאמען ישיבת המתמידים איז א כלליתדיקער נאמען און עס האט פאַרשווערט די משולחים צאמנעמען געלטע פאר דער ישיבה.
דער קאָנפליקט מיט דער עדה החרדית
אינעם יאר 1995 האבן מתמידים באַקומען אַ שטח פון דער "ציוניסטישער" ירושלימער מוניציפאליטעט אויף צו בויען אַ שול, דאָס האָט צוגעברענקט דעם קאָנפליקט צווישן מתמידים און די עדה החרדית.
זייער אויסקוק ביי די רבנים
רבי לייב מינצבערג האט אריינגעברענגט אין די קהילה זיין אייגנארטיגע דרך הלימוד, וואס איז באזירט אויפ'ן ליטווישן סטיל צוזאמען מיט'ן מהלך פון אלטן ישוב אין ירושלים. מיט דעם, האט ער זיך פארלייגט אפצולערנען די פסוקים לויט פשוטה של מקרא און צו מסביר זיין די טעמי המצוות אז זיי זאלן זיין פארשטענדליך און ראציאנאליש.
אין יאר ה'תשס"ב האבן קנאים פון די עדה החרדית ארויסגעגעבן א קונטרס "כאבה של ירושלים", און דערין ציטאטן פון רבי לייב אין וועלכע ער איז לכאורה מזלזל אין חרד'ישע פרינציפן, פארשידענע רבנים און זייער מהלך אין לערנען. פארט האבן א חלק פון די רבנים פון די עדה החרדית אנגעהאלטן א קשר מיט די קהילה און מיט רבי לייב אליין.
אקטיוויטעטן
וועבלינקען
- א שמועס אין הייד פארק איבער ישיבת המתמידים
- פורים אין מתמידים - ווידעא
- ישיבת המתמידים גנבו מליוני שקלים במרמה ממדינת ישראל, חן מענית, גלובס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!