אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לאטקע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט לאטקע צו רוי:לאטקע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
שורה 27: שורה 27:
[[קאַטעגאָריע:יידישע קיך]]
[[קאַטעגאָריע:יידישע קיך]]
[[קאטעגאריע:חנוכה]]
[[קאטעגאריע:חנוכה]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 11:31, 19 פעברואר 2023

א לאטקע (העברעאיש: "לביבה") איז א טראדיציאנאל געפּרעגלט מאכל וועלכע באשטייט בעיקר פון געריבענעם קארטאפל און אייער, וועלכע שטאמט פון די אשכנזישע יידן אין אייראפע.

טייל לייגן אויך אריין קנאבל און ציבעלע לויטן געשמאק.

אין פארשידענע פלעצער האט מען עס געמאכט פון אנדערע גרינצייג, לויט וואס עס איז דארט געווען צו באקומען.

עס איז איינגעפירט צו עסן אום חנוכה צוליב וואס עס ווערט געפרעגלט אין אויל אלס זכר צו דעם טהור'ער פך של שמן וואס מען האט געטראפן.

פארהאן וואס מאכן עס מיט קעז, דערמיט שטעלן זיי צוזאם די מנהגים פון לאטקעס און עסן מילכיגס.

דער מאכל איז אויך היפש פארשפרייט אין רוב אייראפעאישע קיכן מיט ענליכע רעצעפטן אונטער אנדערע נעמען.

אין ישראל איז היפש מער פארשפרייט צו עסן די פאנטשקעס, און טייל רופן די פאנטשקעס "לאטקעס".

דער נאמען

דער נאמען קומט פון רוסישן\אוקריינישן ווארט: "латка" וואס מיינט א לאַטע.

עס הייסט ווארשיינליך אזוי וויבאלד עס איז ענליך צום פארעם פון א לאטע.

עס ווערט אזוי גערופן אפילו ביי אמעריקאנער יודן וואס רעדן שוין נישט קיין ווארט אידיש.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!