אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים מאיר וואזנער"
ק (←רעפערענצן: פֿעלער צו פעלער) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 40: | שורה 40: | ||
[[קאַטעגאָריע:לאנדאנער רבנים]] | [[קאַטעגאָריע:לאנדאנער רבנים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:קרבנות פון דער קאוויד-19 מגיפה]] | [[קאַטעגאָריע:קרבנות פון דער קאוויד-19 מגיפה]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 11:07, 16 פעברואר 2023
הרב חיים מאיר הלוי וואזנער (א' סיון תרח"צ–כ"ה שבט תשפ"א) האט געדינט אלס רב פון דער סאטמארער קהילה אין לאנדאן במשך אכצן יאר. היינט איז ער דער רב פון זכרון מאיר אין בני ברק און ראש ישיבה פון "ישיבת חכמי לובלין".
ביאגראפיע
ר' חיים איז געבוירן געווארן אין ווין, אין תרצ"ט, דער עלצטער זון פון הרב שמואל וואזנער אין בני ברק, מחבר פון "שבט הלוי". ער איז געבליבן אין אייראפע ווען זיינע עלטערן זענען געקומען קיין ארץ ישראל. ערשט נאך דער מלחמה איז ער געווארן פאראייניגט מיט זיינע עלטערן.
נאך זיין חתונה איז ער געווארן א מגיד שיעור אין "ישיבת חכמי לובלין" אין בני ברק.
אין חודש שבט תשפ"א איז ער געווארן קראנק מיט קאוויד־19 און כ"ה שבט איז ער נפטר געווארן אין מעיני הישועה מעדיצינישער צענטער, בני ברק.
רבנות
אין תשנ"ב איז ער געקומען קיין לאנדאן צו ווערן רב פון די סאטמארער חסידים אין לאנדאן, ער האט איבערגענומען דאס רבנות פון הר"ר נתן יוסף מייזעלס ,וואס האט דעמאלטס פארלאזט לאנדאן און געפארן וואוינען אין מאנסי. אויך האט ער געפירט א בית דין פאר דיני תורות אונטער דער לאנדאנער חרדישער קהילה.
ער האט געדינט אין לאנדאן ביז תמוז תשס"ט, ווען ער איז געפארן ארויסהעלפן זיין טאטן דעם שבט הלוי אין בני ברק, צוליב זיין הויכן עלטער. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין תשע"ה האט מען אים באשטימט ממלא מקום.
פאמיליע
זיינע קינדער זענען:
- הרב יוסף בנימין וואזנער (עלצטער זון) פון אלעד און מגיד שיעור אין ישיבת חכמי לובלין, בני ברק, געשטעלט געווארן תמוז תש"ע אלס רב פונעם סאטמארער שטיבל "ייטב לב" אין קלאפטאן קאמאן, לאנדאן[1]
- די ווייב פון הרב שרגא פייוויש האגער, קאסאווער רבי אין בארא פארק, ניו יארק. און ער דינט אויך אלס דיין אין וויזשניץֲמאנסי אין בארא פארק
- די ווייב פון הרב מרדכי געלבער, מו"צ אין דער מונקאטשער קהילה פון בני ברק
- הרב מרדכי זאב וואזנער, רב פון קהל מחזה אברהם אין ניו יארק
- רבי עקיבא וואזנר, מו"ץ ביי דער עדה חרדית אין ירושלים
- רבי אהרן וואזנער, מו"ץ אין דעם בית דין "נתיבות חיים"
- הרב משה שמעון וואזנער, רב אין שאטוי פארק, לעיקוואד
- רבי ישראל, מינצקער רבי אין ניו יארק
רעפערענצן
- ↑ אידישע טריבונע (לאנדאן), כ"ו תמוז תש"ע
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!