אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פיניש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט פיניש צו רוי:פיניש אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
צייכן: באַדייטן-לינקס
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
שורה 42: שורה 42:
[[קאַטעגאָריע:שוועדן]]
[[קאַטעגאָריע:שוועדן]]
{{שפראך-שטומף}}
{{שפראך-שטומף}}
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 20:48, 12 פעברואר 2023

"Abckiria" דער ערשטער בוך געשריבן אויף פיניש

פיניש (suomi סואמי) איז א שפראך וואס 92% פון מענטשן אין פינלאנד רעדן. זי איז אן אפיציעלע שפראך אין פינלאנד און א מינדערהייט אפיציעלע שפראך אין שוועדן.

די פארשידענע מיני פיניש

עס איז דא צוויי מיני פיניש וואס זענען גענוצט אין פינלאנד. איינער איז דער "כלל-שפארך" (yleiskieli), און דער צווייטער איז דער "גערעדט שפראך" (puhekieli). דער כלל-שפראך איז גענוצט ביי פארמאלע מצבים ווי פאליטישע דרשות און אין די נייעס. ביי דער כלל-שפראך איז עס דא אויך א פארמע וואס הייסט "בוך-שפראך" (kirjakieli), און עס איז גענוצט אין אלע טעקסטן - אפילו אין רייד פון מענטשען אין פראזע. דער גערעדט שפראך, להבדיל, איז דער עיקר מין פון פיניש און איז גענוצט אין טעלעוויזיע און ראדיא און ביי געשעפט, און עס איז דער פרעפירט שפראף ביי מענטשען צו רעדען איינער מיטן צווייטען.

לדוגמא

כלל שפראך גערעדטע שפראך    טייטש
minun kirjani mun kirja מיין בוך (דער סופיקס "מיין" איז נישט געניצט)
kuusikymmentäviisi kuuskyt(ä)viis פינף און זעכציג (די נומערן זענען קורצער)
hyvää huomenta huomenta גוט מארגן (מען זאגט נאר "מארגן!")

גראמאטיק

פיניש איז א אוראלישע שפראך און איז זעהר אנדעריש פון די שפראכן וואס זענען גערעדט אין ארומיגע לענדער, צום ביישפיל שוועדיש און נארוועגיש, וואס זענען גערמאנישע שפראכן, ווי אידיש.

פראנאמען

פינישע ווערבן זענען קאניוגירט לויט פערזאן און נומער, אז פראנאמען זענען נישט באדארפט. דערפאר, אין כלל-שפראך פיניש די פראנאמען פאר די ערשטע און צווייטע פערזאנען זענען נארמאל נישט גענוצט, סיידן פאר הדגשה. אין דער גערעדטער-שפראך פיניש, זענען אלע פראנאמען גענוצט. אין דעם דריטן פערזאן, סיי אין כלל-שפראך פיניש סיי אין גערעדטער-שפראך פיניש, איז דער פראנאם אייביג באדארפט, צ.ב. hän menee ער גייט, he menevät, זיי גיין.

Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף פיניש
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעאישן פארבאנד
 
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש ·
פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!