אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דייטשמעריש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קאין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:56, 22 נאוועמבער 2022

דײַטשמעריש איז א באגריף פאר ווערטער אין יידיש וואס שטאמען פונעם מאדערנעם דייטשיש (ניי הויכדייטש) וואס מ'האט אין סוף דעם 18טן י"ה און אין פארלויף פון כמעט דעם גאנצן 19טן י"ה אריינגעפירט אין יידיש, ווי למשל ווערטער: שטונדע אנשטאט שעה, שטראסע אנשטאט גאס און אין דעם אויסלייג האט מען למשל אריינגעשטעלט שטומע עינס און האען ווי: עסען אנשטאט עסן, איהר אנשטאט איר, היממעל אנשטאט הימל אא"וו. אין געוויסע תקופות איז דייטשמעריש געווען אין טענדענץ און דער מער אינטעליגענטער אויסלייג.

יידישיסטן האבן תמיד געפירט מלחמות קעגן דייטשמעריזם. למשל מאקס וויינרייך שרייבט:

כל זמן יידיש איז געגאנגען ווי עס גייט זיך, כל זמן עס איז ניט געווען ביי יידן קיין תשוקה צו א קולטיווירטער כלל שפראך, איז קיינמאל קיין שארפע מחיצה צווישן די ביידע שפראכן ניט געווען. וויבאלד מיר ווילן אויף אן אמת פירן אן אייגענע שפראכיקע באלעבאטישקייט, איז איצט געקומען די צייט איינצושטען א פעסטן גרענעץ מיט אלע סימנים פון א גרענעץ, און דער עיקר מיט א שארפן גרענעץ קאנטראל. 1938