אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מגילת אסתר"
(פארברייטערט) |
(פארברייטערט) |
||
שורה 31: | שורה 31: | ||
=== המן'ס גזירה === | === המן'ס גזירה === | ||
נאך די מעשה, האט אחשורוש אפגעמאכט צו העכערן אין ראנג איינע פון זיינע | נאך די מעשה, האט אחשורוש אפגעמאכט צו העכערן אין ראנג איינע פון זיינע מיניסטארן מיטן נאמען המן האגגי. יעדער איינער אינעם קעניגליכן הויף האט זיך געביקט צו המן אועפן באפעל פונעם קעניג, חוץ מרדכי האט זיך אויף קיין שום פאל נישט געביקט, "אשר לא יכרע ולא ישתחווה". המן איז געווארן זייער אויפגערעגט על מרדכי חוצפה, נישט צו זיך ביקן. המן מאכט אפ צו הרגענן מרדכי און אלע אידן אלס נקמה. המן האט געווארפן א גורל אויף וועלכע טאב זאל מען הרגענן אלע אידן, עס איז אויסגעקומן די דרייצענטע פון חודש אדר. לויט איין מאן דאמר אין ירושלמי איז איז געפאלן אויף א עיבור יאר - אדר שני<ref>{{ירושלמי|מגילה|א|ה}}</ref>. המן איז געגאנגען בעטן רשות פון אחשורוש צו פארטילענגען די אידישע פאלק, אחשורוש שטמט צו המן און געט איהם זיין קעניגליכן רינגל אויף צו אונטער שרייבן א קעניגליכן באפעל צו הרגענן אלע אידן. און אזוי איז אונטער געשריבן בריווענן צו אלע פעלקער צו זיך צוגרייטען צום דרייצענטע פון חודש אדר צו הרגענן אלע אידן וואס זענען אינעם פערסישן קעניגרייך. | ||
=== "בלילה ההוא נדדה שנת המלך" === | |||
אין יענם נאכט האט אחשורוש נישט געקענט איינשלאפן, האט ער גערופן זיין באדינער צו איהם פארליינען אינעם "ספר דברי ימים" פון פרס. | |||
[[he:מגילת אסתר]] | [[he:מגילת אסתר]] |
רעוויזיע פון 00:49, 3 פעברואר 2023
מגילת אסתר מתוך אוסף ברגינסקי | |
תקופת התרחשות | שיבת ציון |
---|---|
הספר הקודם | קהלת |
הספר הבא | דניאל |
מגילת אסתר איז איינס פון די פינף מגילות אין תנ"ך. אין מגילה ווערט דערציילט אויף א פלאן צו פארטיליגן די אידן פונעם פערסישן קעניגרייך אין קעניג אחשוורוש'ס צייטן אין די סוף ג'ש יארן דורך המן דער אגג'ער און ווי אסתר המלכה און איר פעטער מרדכי היהודי האבן עס פארשטערט. די געשעענישט זענען די מקור צום יום טוס פורים. עס איז א מצוה און חיוב דרבנן צו ליינען די מגילה אין פורים, ביינאכט און בייטאג.
ערציילונג
סעודת אחשורוש
די מגילה הייבט זיך אן מיטן דערציילן אויף א טרינק-סעודה וואס דער קעניג אחשוורוש רעכט אפ אין דריטן יאר פון זיין קעניגרייך. די סעודה נעמט 180 טעג און איז געווידמעט פאר אחשורוש'ס מיניסטארן און קנעכט, און פאר די מיליטערן פון פרס און מדי. במשכ'ן סעודה צייגט אחשורוש זיין רייכטום און מאכט.
דערנאך רעכט דער קעניג אפ נאך א זיבן-טאגיגע סעודה פאר די מענטשן פונעם הויפטשטאט שושן, און לאדנט אויך די אידישע בירגער. דער סעודה, וואס איז פאגעקומען אין הויף פון קעניג'ס באטאנישע גארטן ווערט געשילדערט אלס גאר שיין און רייך, מיט שיינע טישן און גאלדענע כלים, און אסאך וויין. ושתי האט אויך געמאכט א מאלצייט פאר די פרויען.
אין זיבעטן טאג, אנגעטרינקענערהייט, הייסט ער ברענגן די קעניגן ושתי צום מענער זאַל כדי צו ווייזן איר שיינקייט פאר אלע אנוועזנדע. ושתי זאגט אפ די לאדענונג און דאס רעגט אויף דער קעניג, וואס איז מחליט אויפ'ן ראט פון זיין ראטגעבער ממוכן איר צו אפזאגן פון די קעניגטום, און ארומשיקן בריוון צו אלע לענדער און פעלקער, יעדעם אויף זייער שפראך, אז די מאן איז בעל הבית אין שטוב.
נייע קעניגן
ווען אחשורוש בארואיגט זיך הייסט ער צוזאמנעמען אלע שיינע בתולות פון איבער זיין קעניגרייך קיין שושן, צו אויסוועלן א נייע קעניגן. צווישן די אלע מיידלעך איז געווען אסתר, אדער הדסה, א אידישע יתומה וואס איז אויפגעוואקסן ביי איר פעטער מרדכי אין שושן, פון די אימיגראנטן וואס נבוכדנצר, קעניג פון בבל, האט פארטריבן פון ירושלים מיט יכניה מלך יהודה.
זייער שנעל ווערט אסתר אויסקליבען צו זיין איינע פון די פאטענציעלע נייע קעניגן. אסתר פארציילט קיינעם נישט אירע אידישע אפשטאם לויט די אנווייזונגען פון מרדכי. מרדכי קוק נאך אלס נאך אויף אסתר וואס איז גענומען געווארן צו "הרמון" די פלאץ ווי די מיידלעך האבן זיך צוגעגרייט צו טרעפן אחשורוש. נאכן אריבערגיין די צוגרייטונגען וואס האט גענעמן גאנצע 12 חדשים, ווערט געברענגט צו אחשורוש אלע פאטענציעלע קעניגן, צום סוף וווערט אסתר אויסגעוועלט צו זיין די נייע קעניגן.
דער פרואוו צו הרגענן די קעניג
אין יענע צייטן איז מרדכי געוועהן אן באאמטער אינעם קעניגליכן הויף. אין איינעם פון די טעג האט מרדכי איבערגעהערט צוויי טויער-היטער'ס מיטן נאמען בגתן ותרש, שמועסן ווי זיי פלאנען צו דערמערדערן אחשורוש, מרדכי איז שנעל געלאפן פארציילען פאר אסתר און אסתר האט פארציילט די פלאן פאר אחשורוש. בגתן ותרש זענען אויפגעהאנגן געווארן אלס שטראף און מען האט אריין געשריבן אינעם קעניגליכן כראניקלאגיע וואס ווערט אנגערופן "ספר דברי הימים", אז מרדכי האט געראטעוועט די קעניג'ס לעבן.
המן'ס גזירה
נאך די מעשה, האט אחשורוש אפגעמאכט צו העכערן אין ראנג איינע פון זיינע מיניסטארן מיטן נאמען המן האגגי. יעדער איינער אינעם קעניגליכן הויף האט זיך געביקט צו המן אועפן באפעל פונעם קעניג, חוץ מרדכי האט זיך אויף קיין שום פאל נישט געביקט, "אשר לא יכרע ולא ישתחווה". המן איז געווארן זייער אויפגערעגט על מרדכי חוצפה, נישט צו זיך ביקן. המן מאכט אפ צו הרגענן מרדכי און אלע אידן אלס נקמה. המן האט געווארפן א גורל אויף וועלכע טאב זאל מען הרגענן אלע אידן, עס איז אויסגעקומן די דרייצענטע פון חודש אדר. לויט איין מאן דאמר אין ירושלמי איז איז געפאלן אויף א עיבור יאר - אדר שני[1]. המן איז געגאנגען בעטן רשות פון אחשורוש צו פארטילענגען די אידישע פאלק, אחשורוש שטמט צו המן און געט איהם זיין קעניגליכן רינגל אויף צו אונטער שרייבן א קעניגליכן באפעל צו הרגענן אלע אידן. און אזוי איז אונטער געשריבן בריווענן צו אלע פעלקער צו זיך צוגרייטען צום דרייצענטע פון חודש אדר צו הרגענן אלע אידן וואס זענען אינעם פערסישן קעניגרייך.
"בלילה ההוא נדדה שנת המלך"
אין יענם נאכט האט אחשורוש נישט געקענט איינשלאפן, האט ער גערופן זיין באדינער צו איהם פארליינען אינעם "ספר דברי ימים" פון פרס.