אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי משה האלבערשטאם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (קאטעגאריע)
צייכן: באקוקט
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט רוי:משה האלבערשטאם צו רוי:רבי משה האלבערשטאם)

רעוויזיע פון 14:34, 15 יאנואר 2023

טעקע:R moshe halbershtam.JPG
הרב משה הלברשטאם ב"ר יעקב הלברשטאם, איניקל הדברי חיים מצאנז, מיט משב"ק הרב דוד שווראטץ שליט"א

הרב משה האלבערשטאם זצ"ל (ח' ניסן ה'תרצ"בכ"ח ניסן ה'תשס"ו) איז געווען א רב און חבר פון בית דין צדק פון עדה החרדית אין ירושלים, פון די חשובע פוסקים אין היינטיגן דור. ער איז דער מחבר פון שו"ת "דברי משה" און ראש ישיבה פון "דברי חיים – טשאקאווע".

לעבנסגעשיכטע

משה האלבערשטאם איז געבוירן געווארן ח' ניסן ה'תרצ"ב אין טשאקאווע, גאליציע צו זיין פאטער הרב יעקב האלבערשטאם, טשאקאווער רבי. ווען ער איז געווען אלט דריי יאר איז ער אריבער מיט זיין משפחה קיין ארץ ישראל.

ער האט גערלנט אין "ישיבת חכמי לובלין" אין בני ברק אונטער הרב שמואל וואזנער.

ער איז געווען דער לענגסטער דינענדיגער חבר הביד"ץ, ער איז מלכתחילה גרויס געווארן אלס גרויסער יחסן שטאמענדיג פון צאנזער רב.

אויפן פארלאנג פונעם ירושלימער רב דער מנחת יצחק האט ער יארן לאנג געשריבן שיינע הסכמות אויף פילע ספרים, דורך דעם האט ער באקומען פיל וועלטליכע אנערקענונג, אלע זיינע הסכמות האבן א נייע גימטריא אויפן יאר לויטן מהות פונעם ספר.

ער האט געדינט אלס דער רב פון הצלה. און איז דער איינציגסטער פערזענליכקייט וואס איז גרויס סיי ביי די קנאים און סיי ביי די אלגעמיינע אידן איבער דער וועלט, אלס חשובער תורה פערזענליכקייט.

זיינע ברידער זענען: הרב מאיר האלבערשטאם, טשאקאווער רבי אין בני ברק, הרב נפתלי האלבערשטאם, טשאקאווער רבי, און הרב חכם צבי, מחבר פון "חכמת צבי".

הרב משה איז נפטר געווארן כ"ח ניסן ה'תשס"ו און באגראבן אין הר הזיתים.

משמשים בקודש

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!