אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:געפאנצערטער סאלדאטן טראנספארט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:Q4407246)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:53, 22 נאוועמבער 2022

א געפאנצערטער סאלדאטן טראנספארט איז א מאכענאזירטע מאשין, וואס טראגט זעלנער זיכערערהייט צום שלאכט פעלד, און דערנאך ברענגט זיי אהיים.

די ערשטע אזא מאשין, איז אריין אין באנוץ, סוף ערשטע וועלט מלחמה. ביי דער צווייטער וועלט קריג, איז רוב טראנספארטאציע געטון געווארן דורך לאסט אויטאס, דזשיפן, און האלב ראד מאשינען, די מעלה איז געווען שנעלקייט, אבער פארפאנצערונג איז כמעט נישט געווען.

די ערשטע מאשינען האבן געהאט מינימאלע פארפאנצערונג, מיט א דיקע שיכט אלומיניום, צוריק צו האלטן פייער פון לייכטע געווער, פון אריינדרינגען אינעווייניג. דער קאבינע פון אינעווייניג, האט געקענט טראגן 12 זעלנער, אויסער די מאנשאפט, וואס אפערירט דעם מאשין. דער מאשין האט פארמאגט עטליכע לייכט אטאמאטישע געווער. דער מאטאר האט געהאט די זעלבע קראפט, ווי א מאטאר פון אן אויטאבוס. דער כלי איז געווען לייכט פארפאנצערט, צו פארגרינגערן די גיכקייט ביים פארן.

די נייערע מאשינען פון אמעריקאנער מיליטער, און פון די רוסישער מיליטער, איז אביסל מער אפעקטיוו, צום ביישפיל זיי קענען אריבערפארן א טייך אן א פראבלעם, ווי די צוויי גרויסע רעדער-שינעס, שטופן דעם מאשין פארויס. אבער ווען אנטי טאנק געווער ווערט געשאסן אין ריכטונג פון א מאשין, רייסט עס אויף, און דער מאשין איז אומבאשיצט, קעגן אזא סארט געווער.

ווען עס קומט צו געהעריגע שטאט, גאסן און שאסייען, וועט די מאשין פארן אויף נארמאלע רעדער, די באוויסטע רעדער שינעס, ווי ישראל באנוצט זיך, אדער די פאראייניגטע שטאטן אין איראק, איז פארן מדבר, אדער פאר די שווערע דזשונגל, וואס געפונט זיך אין ווייטן אזיע, דער אמעריקאנער עם-113, איז פאבריצירט געווארן פאר די וויעטנאם קריג.

צה"ל האט באקומען די אמעריקאנער כלי, אלס הילף ביי די יום כיפור מלחמה, ישראל האט אויסגעשטאט זייערע מאשינען מיט גאר מאדערנע איינריכטונגען, ווי קאמאנד צענטערן, אנטי עראפלאן ראקעטעס, די אינזשעניר מיליטער פון ישראל, האט אויפגעשטעלט פון דעם א מאשין, וואס איר אויפגאבע איז רייניקן פיינטליך שטח, פון מינעס, זייט באמבעס, און אנדערע שטרויכלונגען, וואס קענען זיך געפונען אויפן שלאכטפעלד.

ווי שוין פריער געשריבן, אנטי טאנק ראקעטן, האבן אריינגעברענגט א נייע סארט פארפאנצערטע מאשין, ווי די אמעריקאנע ברעדלי, די ישראלדיקע אכזרית, אדער נמר. די מאשינען זענען שווער פארפאנצערט, בשעת א קריג, קענען זעלנער בלייבן אינעווייניג, עס איז אויסגעשטאט מיט שווערע מאשין געווער. די אמעריקאנע ברעדלי, האט אן אטאמאטישע קאנאן 30 מילימעטער. ישראלדיקע האבן שווערע מאשין געווער פון עטליכע סארטן, די נמר האט א מאשין געווער, וואס הייסט גראנאט שיסער.