אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גלעטשער"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:53, 22 נאוועמבער 2022
א גלעטשער א גרויסער קריכעדיגער טייך פון אייז, פארמירט פון קאמפאקטע שיכטן פון שניי, וואס פליסט דורך שווערקראפט (גראוויטאציע). אייז אין די גלעטשערס שאפט די גרעסטע זאפאס פון פרישוואסער אויף דער ערד, און די צווייטער גרעסטער זאפאס פון וואסער נאך די אקעאנען. גלעטשערס באדעקן ריזיקע שטחים אין די פאלאר ראיאנען; אחוץ דעם געפינט זיך גלעטשערס אויף די גאר הויכע בערג.
מען געפינט אסאך גלעטשערס אין אנטארקטיקע, טשילע, קאנאדע, אלאסקע, גרינלאנד און איסלאנד. בערג גלעטשערס זענען גאנץ פארשפרייט, למשל אין די אנדן, הימאלייע, ראקי בערג, קאווקאז און די אלפן, אין דעם יאדערלאנד פון אויסטראליע זענען נישט פאראן קיין גלעטשערס.