אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גדי אייזנקאט"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:53, 22 נאוועמבער 2022
גַדי אייזנקאט (העברעאיש: גדי איזנקוט; געב' דעם כ"ב אייר ה'תש"ך, 19טן מיי 1960) איז געוועזן דער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל צווישן 2015 און 2019. ער האט איבערגענמען פון בעני גאנץ דעם 16טן פעברואר 2015. ער איז פריער געווען קאמענדאנט פון גולני בריגאדע.
ביאגראפיע
גדי אייזנקאט איז געבוירן געווארן אין טבריה, אין יאר 1960, דער צווייטער פון פיר קינדער פון זיינע עלטערן מאיר, פון מאראקעש פון מאראקא, און אסתר, פון קאזאבלאנקע-מאראקא.
ער איז געווארן מאביליזירט אין נאוועמבער 1978 אין דער גולני בריגאדע, און שפעטער איז ער געווארן קאמנדאנט פון דער בריגאדע. ער האט טייל גענומען אין די קאמפן ערשטע לבנון מלחמה און די צווייטע לבנונישע מלחמה.
ער האט געדינט אלס קאמאנדיר פון צפון פראנט, אלס קאמאנדיר פון יהודה ושומרון דיוויזיע. ער געווען וויצע־שעף אונטער בני גאנץ.
משפחה
ער מיט זיין ווייב חנה אייזנקאט האבן פינעף קינדער, רותם, יעל, גיא, ורד און גל.
מלחמות און קאמפן
אין אייזנקאטס תקופה האט צה"ל געקעמפט אין די פאלגנדע מלחמות און קאמפן:
- ערשטע לבנון מלחמה
- ערשטע אינטיפאדע
- צווייטע אינטיפאדע
- צווייטע לבנונישע מלחמה
- געגאסענע בליי אפעראציע
- עמוד ענן אפעראציע
- שטארקער פעלדז אפעראציע
פריערדיגער: ערשטער |
שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל 2019 - 2015 |
נאָכפאלגער: אביב כוכבי |
שעפן פון גענעראל שטאב פון צה"ל | ||
---|---|---|
|