אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יהושע רוקח"
ק (החלפת טקסט – "לעכקייט" ב־"ליכקייט") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי יהושע רוקח צו רוי:רבי יהושע רוקח אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 09:37, 9 יאנואר 2023
רבי יהושע רוקח (ה'תקפ"ה - כ"ג שבט ה'תרנ"ד, 1823 - 1894) דער צווייטער אדמו"ר אין בעלזא, וואס איר קייט אפשטאם איז אין מזרח גאליציע (היינט אין אוקריינא).
ביאגרפיע
רבי יהושע רוקח איז געווען דער יינגסטער קינד פון רבי שלום רוקח (דער שר שלום), דער גרינדער פון בעלזער קייט און פון דער רביצין מלכה רוקח.
ער האט געהייראט מיט דער רביצין רבקה מרים, א טאכטער פון הרב שמואל אשכנזי און דאס אוראייניקל פון רבי אברהם יהושע העשיל פון אפטא (דער "אוהב ישראל" מאפטא). איז געבוירן געווארן צו זיי פינף זין און דריי טעכטער:
- רבי שמואל רוקח פון סקאהל
- רבי ישכר דוב פון בעלזא (זיין יורש)
- רבי נפתלי רוקח פון נאוואריע
- רבי לייבוש רוקח פון מאגראוו[1]
- רבי יצחק מאיר רוקח פון ראדעחאוו און רעדים
- חוה, דאס ווייב פון ר' משה מרדכי פון מאקאראוו[1]
- פריידא, דאס ווייב פון רבי שמחה ישכר בער האלבערשטאם פון ציעשינאוו[1]
- מערל, דאס ווייב פון רבי יחיאל העשל פון קרילאוויטש, אן אוראייניקל פון "אוהב ישראל"[2]
ער האט גענומען אלס זיווג שני זיין ניכטע (א טאכטער פון זיין ווייב רבקה מרימ'ס שוועסטער), און געהאט מיט איר א טאכטער:[1]
- רייזלע, דאס ווייב פון ר' זאב טווערסקי פון זלאטאפאלי
אין ווינטער יאר ה'תרנ"ד (1894) ער איז אריבער א קאמפליצירטע אפעראציע אין וויען, עסטרייך, וואס צוליב דעם ער איז נפטר געווארן, ווייל ער האט נישט געקענט זיך רעסטאוורירן. ער איז אריבערגעפירט געווארן אין א באן קיין בעלזא, דארטן איז אפגעריכט געווארן זיין לוויה, ווען טויזנטער פון די ארומיקע געגנטן זענען אנגעקומען צו צעטיילן אים דעם לעצטן כבוד. ער איז באגראבן געווארן אין בית החיים אין דעם שטעטל בעלזא, לעבן דעם קבר פון רבי שלום זיין טאטע.
זיין קרוינונג
מיט זיין טאטנס פטירה אום כ"ז אלול ה'תרט"ו (1855), כאטשיק ער איז געווען דער יינגסטער פון די זין, ער איז געקרוינט געווארן אלס רב פון בעלזא שטעטל, און אלס א רב און פירער פון טויזנטער בעלזער חסידים אין אייראפע און אין דער גאנצער וועלט.
ער האט באדינט אלס אדמו"ר נאענט צו פערציג יאר, ביז זיין פטירה.
זיין אידעאלאגיע
ער איז באקאנט געווארן פון זיין אידעאלאגישער אומדורכקומענדיגער קאמף אין די רעפארמען און אין דער יידישע בילדונג-באועגונג. צו דעם ציל, ער האט אויפגעשטעלט אין יאר ה'תרל"א (1871) די באוועגונג "מחזיקי הדת", די ערשטע פרומע פּאליטישע באוועגונג אין היסטאריע, און האט געגרינדעט די ערשטע פרומע צייטונג "קול מחזיקי הדת". די באוועגונג פאראייניגט די פרומע רייען אין גאליציע, און טיילן פון אונגארן און די ארומיקע געגענטן, און פארשטייערס פון זייער נאמען האבן זיך פארמעסט צו דעם פּארלאמענט, און זיי זענען געקליבן געווארן צו דעם עסטרייכן פּארלאמענט.
כאטש זיין קעגנשטעל צו די יידישע רעפארמאציעס, ער ווערט גערעכענט צו אן אמתער אוהב ישראל, און ער האט מקרב געווען יעדן איד ווי ער איז, מיט א טענה אז "ווי מיר הארעווען צו פארענטפערן א הארטער רמב"ם, אזוי איז א מצוה צו פארענטפערן א הארטער ייד".
זיין פערזענלכקייט
ער איז געווען זייער אן אקטיווער אין דער געזעלשאפט אינטערסן, און ער ווערט גערעכנט צו דעם איינעם פון די גרויסע חסידישע פירערס אין אייראפע אין זיין דור. אין זיינע טעג, בעלזא חסידות האט אויפגעשטיגן צו די איינע פון די גרויסע חסידיזמען.
ער ווערט גערעכענט צו א גרויסער תלמיד חכם, א שארפער און א שפּיציקער, כריזמאטישער און מיט אן אנפירערשאפט פעיקייט, און מענטשן באצויבערט געווארן פון זיין סארט ספעציעלע פּערזענטליכקייט.
זיין נאמען איז באקאנט געווארן אלס א בעל מופת און ישועות, און טויזענטער האבן געשטראמט צו אים צו זיך בענטשן פון זיין מויל, און צו געהאלפן ווערן פון זיין אומנאטורלעכע קראפטן וואס ר' יהושע געבענטשט געווארן מיט זיי. מענטשן אויך האבן געגלויבט אז ער זעט מיט רוח הקודש, און ער ווייסט צוקונפטיקע זאכן, און זאכן וואס פארגעקומען געווארן אין דער ווייטנס פון אים, אי אין צייט אי אין פלאץ.
זיינע תורות
טיילן פון זיינע תורות פארעפנטליכט געווארן אין ספר מהר"י (ראשי תיבות: מורנו הרב רבי יהושע) אין "מישור" פארלאג, בני ברק. און אין ספר ביאורי החסידות אין אינסטיטוט "אור הגנוז" פראלאג, ירושלים.
רעפערענצן
פריערדיגער: הרב שלום רוקח זצ"ל |
בעלזער רב תרט"ו - תרנ"ד |
נאָכפאלגער: הרב ישכר דוב רוקח זצ"ל |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!