אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רק"ע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "עטלעכע" ב־"עטליכע")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רק"ע צו רוי:רק"ע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:32, 9 יאנואר 2023

 

רק"ע (ראשי תיבות פון רשת קליטת עלייה, ווערט צומאל גערופן ווי: "נעץ פינעף") איז א ישראלישער מלוכישער ראדיא קאנאל וואס לויפט אין די ראמען פון ישראל שטימע (קול ישראל) און טראנסמיטירט אויף עטליכע שפראכן וועלכע זענען נישט אפעציעל אין ישראל (העברעאיש און אראביש).

געשיכטע

די אידישע אגענטור האט אנגעהובן מיט די "טראנסמיסיעס פאר נייע אימיגראנטן" אין דער יאהר 1948, און זיי זענען געווען באשטימט פאר נייע אימיגראנטן און פאר עליה שליחים אין ציפערן. אין -11טן מערץ 1950 האט אנגעהויבן צו לויפן קול ציון לגולה אויף ענגליש, פראנצויזיש און אידיש, און ס'איז אויך טראנסמיטירט געווארן מיט קורצע כוואליעס קיין אויסלאנד.

א יאר-צענדליג נאך ישראל זעלבסשטענדיגקייט אין-14טן מאי 1958, האבן מען אנגעהויבן די טראנסמיסיעס אין רוסיש און גרוזיניש צום ראטן פארבאנד. אין-1960 איז אריבער קול ציון לגולה צום רשות פון ישראל שטימע. מיטן אויפנעמען די געזעץ פון טראנסמיסיע אויטאריטעט, האט באקומען די סטאנציע די נאמען "שידורי קול ישראל לחו"ל ולעולים" און זי איז געווארן ווי א טייל פון טראנסמיסיע אויטאריטעט.

פון אנפאנג 1971 האבן אנגעהויבן די ראטן פארבאנד אויטאריטעטן צו צושטערן די סטאנציע טראנסמיסיעס, ווי זיי האבן געמאכט אין 1956. אין די יארן 1973-1974 איז אויפגעשטעלט געווארן א צענטער פאר קארצע כוואליעס וואס אין אים איז געווען אריינגערעכנט 14 שטארקע משדרים פאר קורצע כוואליעס .

די גרויסע אימיגראציע פון סאוויעטן פארבאנד וואס האט זיך אנגעהויבן אין-1972 האט באשטעטיגט די נייטיגקייט פון די טראנסמיסיעס. אין -1988 זייט די אנטפאנג פון די גלאסנוסט אין דער סאוויעטן פארבאנד, האבן די אויטאריטעטן אויפגעהערט צו צושטערן די סטאנציע טראנסמיסיעס.

אין-1991 האט די סטאנציע געטוישט איר נאמען צו "רק"ע" - "רשת קליטת עליה". אין-2002 איז ערצייגט געווארן דאס וועבזייטל פון דער סטאנציע וואס האט אנגעהויבן מיט א לעבעדיגער טראנסמיסיע צוויי יאר שפעטער.

די קאנאל טעטיגקייט היינט צו טאג

היינט צו טאג טראנסמיטירט די קאנאל אין די פאלגנדע שפראכן:

  • ענגליש, פראנצויזיש, אידיש און לאדינא זייט 1948.
  • שפאניש זייט 1952.
  • ראמעניש און אונגאריש זייט 1953.
  • רוסיש און געארגיש זייט 1958 - אנפאנג איז געווען טראנסמיטירט מיט קורצע כוואליעס צום ראטן פארבאנד.
  • בוכאריש זייט 1975.
  • אמהאריש און טיגריניש זייט 1985.
  • נאך טראנסמיטירט די קאנאל אויף אידיש מאראקאניש, אראמיש און פארסיש.

די טראנסמיסיעס אויף אידיש

ווי ס'איז דערמאנט געווארן פון 1950 האבן אנגעהויבן די טראנסמיסיעס אויף אידיש.

די באוואוסטע אַנאַנסירער פון די אידישע שידור זענען געווען אדם גרוזמאן מיט אריה לאנדאן. אין דער יאר 2014 האט אברהם זאקס אנגעהויבן פירן די טראנסמיסיעס. עס האט באקומען דעם נאמען 'די אידיש אוידיציע פון קול ישראל', און נייעס זענען אנגעהויבן ווערן פארגעליינט טאג טעגלעך. די אידישע טראנסמיסיעס ווערן בראדקאסטירט יעדן טאג א פערטל שעה פון 8:45 ביז 9:00.

סטאנציע אינפארמאציע

סארט: מלוכישע ראדיא

שפראך: פארשידענע שפראכן

מדינה: ישראל

קליטה געגנט: אצבע הגליל ווערט געכאפט אין דעם טעדער: 88.5FM קליטה געגנט: צפת והגליל ווערט געכאפט אין דעם טעדער: 94.4FM קליטה געגנט: חיפה און די אמגעגנט ווערט געכאפט אין דעם טעדער: 100.7FM קליטה געגנט: תל אביב און די אמגעגנט ווערט געכאפט אין דעם טעדער: 101.2FM קליטה געגנט: ירושלים און דער מרכז ווערט געכאפט אין דעם טעדער: 100.3FM קליטה געגנט: באר-שבע און די אמגעגנט ווערט געכאפט אין דעם טעדער: 107.3FM

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!