אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רויטהאָריגע"
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט רױטהאָריגע צו רויטהאָריגע אן לאזן א ווייטערפירונג: החלפת טקסט – "ױ" ב־"וי") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רויטהאָריגע צו רוי:רויטהאָריגע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 09:24, 9 יאנואר 2023
רויט-האריגע וואס מ'רופט היינט אויף העברעאיש א ג'ינג'י (דזשינדזשי), און אין יידיש א רויטער אדער א געלער. דאס זענען אזעלכע וואס זייער האר (געווענליך מער ווייניגער פונעם קאפ) איז רויטלעך - צווישן ברוין, גאלד, אראנזש, בורשטין, און אויך טונקל בלאנד.
די שטארק רויטע, האבן געווענליך אויך רויטע באקן, און זומער-שפרענקלען, צוליב די היציגער בלוט טעמפער וואס זיי פארמאגן נאטורליך, און דאס בלוט צייגט זיך שטארק ארויס אויפ'ן הויט. דאס פאסירט צוליב די פּיגמאַנט פון די קאלירן אינעם הויט און האר.
רויטע האר איז גאנץ פארשפרייט צווישן אידן אשכנזים.[1] אין יאר 1903 האבן 5.6% פון פוילישע אידן געהאט רויטע האָר.[2] אנדערע שטודיעס זענען דערגאנגען אז 3.69% פון אלע יידישע פרויען האבן רויטע האר אבער 10.9% פון יידישע מענער האבן רויטע בערד.[3] אין אייראפעאישער קולטור האט מען געהאלטן אז רויטע האַר איז א יידישער סימן: ביי דער שפאנישער אינקוויזיציע האט מען געכאפט אלע מיט רויטע האר אלס אידן.[4]
צו זיין א רויטער איז גראדע היבש חן געפעליג ביי אסאך מענטשן, און עס קען ציען ליבשאפט. און אינעם היסטאריע איז באקאנט פון היבש גרויסבאקאנטע פיגורן - באזונדער ביים יודישן פאלק, וואס זענען געווען רויטהאריגע, און מלא חן.
- דוד המלך
- דער אבן עזרא
- דער בעל שם טוב
- דער אר"י הקדוש
- דער חתם סופר
- רבי ר' אלימלך פון ליזשענסק
- דער טשערנאבלער מגיד
רעפערענצן
- ↑ Abel, Ernest L. (2001). Jewish genetic disorders: a layman's guide. Jefferson, N.C: McFarland. p. 229. ISBN 978-0-7864-0941-9.
- ↑ Elkind. Evrei Trudi Antropologitshes-kavo Amdilla, xxi., Moscow, 1903
- ↑ Maurice Fishberg (1911). Jews, race & environment. 99. Transaction Publishers. ISBN 978-1-4128-0574-2
- ↑ The Jewish Persona in the European Imagination: A Case of Russian Literature, By Leonid Livak, (Stanford University Press 2010).
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!