אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים עוזר גראדזענסקי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט חיים עוזר גראדזענסקי צו רבי חיים עוזר גראדזענסקי)
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי חיים עוזר גראדזענסקי צו רוי:רבי חיים עוזר גראדזענסקי אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:22, 9 יאנואר 2023

הרב חיים עוזר גראדזענסקי
געבורט איוויע (היינט אין בעלארוס)
אמטן פוסק אין ווילנא, נשיא פונעם מועצת גדולי התורה
זיינע רביס רבי חיים סאלאווייטשיק

ֿ

הרב חיים עוזר גראדזענסקי, רעכטס, רעדט מיט רבי שמעון שקאפ

הרב חיים עוזר גראדזענסקי (ה'תרכ"ג-ה'ת"ש) איז געווען א דיין, פוסק און תלמיד חכם אין ווילנא; מען האט געהאלטן פון אים ווי דער ווילנער רב. ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון אגודת ישראל און געווען דער נשיא פונעם מועצת גדולי התורה.

פריערדיגע יארן

הרב גראדזענסקי איז געבוירן ה'תרכ"ג אין איוויע, (היינט בעלארוס), א קליין שטעטל נישט ווייט פון ווילנע וואו זיין פאטער האט געדינט אלס שטאטס-רב 40 יאר, און פאר אים איז זיין זיידע אויך געווען רב דארט במשך אזא תקופה. הרב חיים עוזר האט געהאט אן אויסערגעווענליך זכרון; ער האט קיינמאל נישט פארגעסן, ביז אין זיינע עלטערע יארן.

צו 15, איז ער געגאנגען לערנען אין דער וואלאזשינער ישיבה. רבי חיים סאלאווייטשיק האט אים זאפארט אריינגענומען אין זיין חבורה.

ביי די 21 יאר האט ער חתונה געהאט מיט לאה אלטע גראדנענסקי, א טאכטער פון הרב אליהו אליעזר גראדנענסקי און מלכה הינדא פאדווא־ליפקין (א טאכטער פון רבי ישראל סאלאנטער און מרת אסתר פייגא אייזנשטיין).

ביים זיווג שני איז ער געווארן רבי אלחנן וואסערמאן'ס א שוואגער—ביידע זענען געווען איידעמער ביי הרב מאיר אטלאס, דעם סאלאנטער רב.[1]

רעפערענצן

  1. Weekly Biography: Hagaon Harav Elchanan Wasserman, Hy"d, Hamodia Newspaper, July 9, 2008, page C3
Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!