אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:תלמוד בבלי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "רעדאקטיר" ב־"רעדאגיר")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט תלמוד בבלי צו רוי:תלמוד בבלי אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 00:57, 9 יאנואר 2023

מוסטער:יידישקייט דער תלמוד בבלי, אדער גְמָרא, איז א זאמלונג פון ערקלערונגען אויף דער משנה פון די אמוראים, די רבנים און תלמידי חכמים וואס האבן געלעבט אין דער תקופה נאך דער חתימת המשנה. עס איז דא צוויי תלמודים, דער תלמוד בבלי און דער תלמוד ירושלמי. רבינא און רב אשי האבן רעדאגירט דעם תלמוד בבלי. זיי האבן געלעבט אין דעם פינפטן יאָרהונדערט אין פערסיע. דער תלמוד ירושלמי איז צוזאמענגעשטלט געווארן דורך רבי יוחנן און זיינע קאלעגען, וואס האבן געלעבט אים פערט'ן יאָרהונדערט אין ארץ ישראל.

צייטליך פאנגט די פעריאדע פון דעם תלמוד אָן מיט דעם שרייבן פון דער משנה, אומגעפער אין יאר 200 למנינם. פון דאן אָן הייסן די גרעסטע רעליגיעזע לערער נישט מער תנאים נאר אמוראים.

חאטשע די תלמודים זענען געווארן רעדאגירט דורך רבינא און רב אשי איינערזייטס, און רבי יוחנן מיט זיינע קאלעגען אנדערזייטס, האט דער תלמוד דאן נאך נישט אינגאנצן געהאט די היינטיגע פארעם. בעזאנדערס דער באבילאָנישער תלמוד איז געווארן ווייטער פארארבעטעט דורך די רבנן סבוראי, די אנאָנימע אנפירער פון דעם זעקסטן יאָהרהונדערט.

צוויי גמרות

(אַרויסגערעדט: געמאָראַ) דאָס וואָרט "גמרא" שטאַמט פון אַראַמיִש, דער טייטש איז "לערנען", און דערמיט ווערט אויך באַצייכנט דער פירוש און צוגאַב צו דער משנה וואָס איז באַקאַנט אַלס "גמרא". וועגן דעם צוזאַמענשטעל פון גמרא, צייט פון דער רעדאַקציע און איר אינהאַלט געבן מיר ביים זוכוואָרט "תּלמוד".

איבעיא

עס איז די אפטייטש פון א "שאלה" אין אראמיש. מיר געפונען זייער אסאך אין גמרא "איבעיא להו" וואס מען טייטשט "האבן די בני ישיבות א בעיא געפרעגט".

די מפרשים זאגן אז ווען עס שטייט אין גמרא "תיקו" נאך אן איבעיא איז דאס די ראשי תיבות פון תשבי יתרץ קושיות ואבעיות. תשבי איז נאך א נאמען פאר אליהו הנביא וואס גייט זיך אנטפלעקן פאר משיח קומט, און פארענטפערן אלע שווערע ספיקות.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!