אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קאסעטע"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט קאסעטע צו רוי:קאסעטע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 23:27, 8 יאנואר 2023
א קאסעטע איז א רעקטאנגל פלאסטיק האלטער וואס האלט א מאגנעטישע לענטע, און מ'קען הערן פון איר קלאנג ווי למשל מוזיק און רעדן דורך א קאסעטע שפילער.
היינט ניצט מען מאדערנע טעכנאלאגישע כלים, ווי אייפאד, MP3 און דאס גלייכן צו הערן לידער און דאס גלייכן.
היסטאריע
די ערשטע סארט אוידיא הערבארע פראדוקט איז געווען דער פאנאגראף. שפעטער איז געקומען די פלאטע מיטן רעקארד שפילער, דערויף איז אויפגעקומען די 'קאסעטע' וואס האט איבערגענומען דאס רעקארד ניץ ביים ציבור. לעצטענס ווערט דאס קאסעטע באניץ אויכעט צוביסעלך פארשווינדן און אויפן פלאץ קומט ארויף די סידיס און דיווידיס.
ווי אזוי דאס ארבעט
א טאשמע איז צוזאמען געשטעלט פון א קאסעטע וואס האט איז זיך צוויי רעדער וואס אויף די רעדער איז ארויף געדרייעט טעיפ געמאכט פון מאגנאטישע מאטריאל, ווי לענגער די טעיפ איז אלס לענגער קען מען רעקאדירן דערויף. אין אלגעמיין קען מען באקומען טעיפס אין די לענג פון 45, 60, 90, און 120 מינוט לאנג.
די חכמה פון רעקארדירן מוזיק קומט פון דעם וואס מען קען איבערדרייען פון קול (sound) אדער באוועגן (motion) צו עלעקטריע, איינמאל מען דרייט דאס איבער צו עלעקטריק נוצט מען מאגנאטיקס צו רעקאדירן דאס עלעקטרישע שטרומען אויף די מאגנאטישע טעיפ וואס איז דא אין די קאסעט.
ניצנדיג עלעקטריע קען מען באשאפן מאגנעטישע שטראמען, אז מען לייגט דאס צו צי מאגנעטישע מאטריעאל וועט די מאגנעטשיע מאטריאל האלטן די מאגנעטישע שטרומען אויף זיך פאר א לאנגע צייט. נוצענדיג א געדרייעכטץ פון פעדעמער קען מען צוריק באשאפן עלעקטריק פון די מאגנעטישע שטראמען וואס זענען אין דער קאסעטע, און דורך דעם באקומט צוריק די ארגינאלע עלעקטרישע שטרומען וואס פירן די קול אדער באוועגעכץ וואס מען האט רעקעדירט אויף די טעיפ.
זעט אויך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!