אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קאנטערטעראריזם"
ק (החלפת טקסט – "וויכטיקייט" ב־"וויכטיגקייט") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט קאנטערטעראריזם צו רוי:קאנטערטעראריזם אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 23:23, 8 יאנואר 2023
קאנטערטעראריזם איז די טרענירונג פון סטראטעגיעס, טאקטיקן, און טעכניקן וויאזוי צו באקעמפן טעראריזם. זינט טעראריזם איז שטארק צעשפרייט איבער די וועלט, איז דאס א פריאריטעט פאר אלע רעגירונגן.
די אויספירונג פון קאנטערטעראריזם
קאנטערטעראריזם ווערט אויסגעפירט אין פארשידענע וועגן. עס פארלאנגט צוזאמענצוקלויבן אינפארמאציע איבער טעראריסטן און זייערע אקטיוויטעטן, צו נוצן די געקליבענע אינפארמאציע און אקטועל פארמיידן טעראריזם און באשטראפן די שולדיגע, ארבעטן אינאיינעם מיט אנדערע לענדער צו דערשטיקן די גלאבאלע טעראריזם נעטוואורק, און דערשמעקן און צעשטערן די פינאנציעלע שטיצע וועלכע ווערן גענוצט צו אפערירן טעראריזם. אין צוגאב, דארפן די קאנטערטעראריזם אגענטורן ארויפלייגן סאנקציעס אויף לענדער וועלכע שטיצן טעראריזם אדער לאזן טעראריסטן אפערירן אין זייער טעריטאריע און צומאל פארלאנגט עס אויך צו נוצן מיליטערישע כוחות. נאך א טייל פון קאנטערטעראריזם איז צו באיינפלוסן די פובליק און די וועלט אז טעראריזם איז שלעכט און מיט דעם זיי אויסשליסן פון אלע אנדערע מיליטערישע קאנפליקטן און פאליטיש געשטימטע שטורעמעס.
רעגירונגן גייען נאך און קלייבן אינפארמאציע איבער טעראריסטן, זייערע צילן, און זייערע מעגליכקייטן אויסצופירן זייערע געפלאנטע אקטן און מיט דעם טוט מען באווארנען די פובליק און צעשטערן די בייזוויליגע פלענער. אין די שפיאנאזש וועלט ווערט דאס אנגערופן אינטעליגענץ קלייבונג און די אגענטורן וואס קלייבן די אינפארמאציע ווערן אנגערופן אינטעליגענץ אגענטורן. אין די פאראייניגטע שטאטן זענען פאראן מערערע אינטעליגענץ אגענטורן, ווי מיר וועלן באלד זען, וועלכע ווערן אינאיינעם אנגערופן די אינטעליגענץ קאמיוניטי.
די ארבעט פון קאנטערטעראריזם איז זייער א שווערע ווייל די טעראריסטן ארבעטן געווענליך זייער באהאלטן און מאכן זייערע קאמיוניקאציעס אין דערווייטערטע געגענטער. די אגענטורן מוזן זיך פארלאזן אויף קוועלער וועלכע זיי ווייסן אליינס נישט אויב עס איז גענוג קראנט. אויף די אנדערע זייט דארפן די אגענטורן האלטן זייערע אינפארמאציע שטארק אין געהיים כדי די טעראריסטן זאלן נישט וויסן אז מען פאלגט זיי נאך. אין קאנווענציאנאלע שפיאנאזש ווייסט מען אז עס איז פאראן א רעגירונג, מען ווייסט איבער זייערע אפטיילונגן און אגענטורן, מען ווייסט זייערע פאליסיס און מיליטערישע מעגליכקייטן, און מען ברויך נישט האלטן די אלע אינפארמאציע אין געהיים. אין קאנטראסט איז טעראריזם'ס גאנצע עקזיסטענץ א מיסטעריע און איינמאל מען ווייסט שוין יא מעג קיינער נישט וויסן דערפון.
אינפארמאציע איבער טעראריסטן ווערט געקליבן דורך צוויי וועגן: טעכנישע און לעבעדיגע. טעכנישע אינפארמאציע ווערט געקליבן דורך פארגעשריטענע סעטעלייטס און אנדערע עלעקטראנישע דעווייסעס וועלכע ווערן אונטערגעלייגט. לעבעדיגע אינפארמאציע ווערט געקליבן דורך לעבעדיגע שפיאנען און אינפארמאנטן וועלכע שפילן מיט די טעראריסטן. די לעבעדיגע שפיאנען ארבעטן אויפ'ן זעלבן סיסטעם ווי אמאל אבער די טעכנישע שפיאנאזש טוישט זיך יעדע שטיק צייט ווייל אויך די טעראריסטן ווערן מער און מער פארגעשריטן און מען דארף כסדר טוישן די טעכנאלאגיעס און טאקטיקן. מאכטפולע טעראריסטישע גרופעס ווי אל-קאידא נוצן פארגעשריטענע קאודס אין זייער קאמיוניקאציע און שיקן מעסעדזשעס אין ספעציעלע פארמאטן צו וועלכע זיי האבן אייגענע קאמפיוטער פראגראמען דאס אפצוליינען.
סעטעלייטס ווערן אויך גענוצט צו דערשפירן טעראריסטן דורך פאטאגראפירן זייערע טרענירונגס באזעס און וואפן מאגאזינען. די סעטעלייטס פאר זיך טוען א גוטע ארבעט אבער פון דעם אליינס קען מען נישט גענוג ארויסבאקומען און אויך די סעטעלייטס האבן פראבלעמען ווייל זיי ארבעטן נישט געהעריג ביינאכט אדער אין שווערע וועטער אומשטענדן.
דורכאויס די היסטאריע האבן רעגירונגן שטענדיג רעקרוטירט לעבעדיגע שפיאנען און אינפארמאנטן וועלכע האבן אריינגעדרינגן צווישן די טעראריסטן, ספעציעל אין אזעלכע פעלער וואו טעכנישע שפיאנאזש איז געווען אוממעגליך. אבער אויך צו לעבעדיגע שפיאנען זענען פאראן לימיטס.
אלע דעמאקראטישע רעגירונגן באטראכטן אויסלענדישע שפיאנאזש אלס א פארברעכן אפילו אויב די צוויי לענדער באטראכטן זיך אלס פריינט צווישן זיך. דערפאר מוזן די אגענטורן זיין זייער פארזיכטיג מיט זייערע אגענטן זיי זאלן נישט אנטדעקט ווערן וואס קען פירן צו פאליטישע קאנפאנטראציעס. אגענטן דארפן זיך לערנען פרעמדע שפראכן און קולטור בעפאר זיי קענען געשיקט ווערן פאר א מיסיע כדי זיי זאלן זיך קענען אויסמישן צווישן די טעראריסטן און עס איז זייער שווער צו טרעפן גענוג וויליגע אגענטן צו טאן אזעלכע ארבעט וועלכע קען זיי פירן אין טורמע אויף זייער גאנצן לעבן אדער קענען זיי אומגעברענגט ווערן.
רעגירונגן מוזן אויך זיכער מאכן אז זיי שיקן ארויס אייגענע שפיאנען וועלכע זענען געטריי צו די לאנד און וועלן נישט פארראטן און ווערן געדאפעלטע אגענטן. נאך א סיבה איז ווייל מען קען זיך נישט פארלאזן אויף פרעמדע שפיאנען און זייערע אינפארמאציע ווייל עס האט זיך שוין מערערע מאל ארויסגעשטעלט אז די אינפארמאציע איז געווען פאלש און האט גאר געשטערט די ארבעט. די טעראריסטן ווייסן אז עס קענען זיך אריינדרייען שפיאנען און וועלן טיילמאל שיקן פאלשע מעסעדזשעס מיט וועלכע זיי וועלן צעמישן די שפיאנען און אגענטורן. אויסערדעם איז די אויסוואל פון די אגענטן זייער א שווערע ארבעט ווייל מען דארף געווענליך צוקומען צו קרימינאלע מענטשן וועלכע זענען וויליג צו ארבעטן פאר די רעגירונג אנשטאט גיין אין טורמע. די רעגירונג דארף זיין זייער פארזיכטיג וועמען זיי נעמען ווייל אמאל קענען זיי ליידן שווערע קאנסקעווענצן דערפון שפעטער.
אויסער די אינפארמאציע וואס ווערט געקליבן דורך לעבעדיגע שפיאנען און טעכנאלאגישע דיווייסעס דארפן אלע רעגירונגן צוקומען צום צווייטענ'ס אינפארמאציע און נוצן אויך געפובלישטע אינפארמאציע וועלכע ווערט געברענגט אין באגלייבטע צייטונגן און ביכער. די ארטיקלן און אינפארמאציע ווערט אנאליזירט און ווערט אויך גענוצט אלס א טייל פון די אינפארמאציע .
נאך אלעם איז אבער טעראריזם א גרויסער פראבלעם און וויפיל אגענטורן און אגענטן וועלן ארבעטן דערויף וועט נישט זיין גענוג ווייל מען קען זיך נישט אויסרעכנען מיט טעראריסטן וועלכע טוישן זייערע מיינונגן פון איין טאג אויף די אנדערע און קומען אויף מיט נייע בייפאלן און צילן וועלכע מען פון פריער נישט אויסרעכנען. מענטשן האבן קריטיקירט פארוואס די אמעריקאנער רעגירונג האט פארפעלט צו אנטדעקן די בייזוויליגע סעפטעמבער 11 פלענער, טייל האבן עס אנגעלייגט אויף די שוואכע קאמיוניקאציע צווישן די אגענטורן, אנדערע האבן געזאגט אז מען האט זיך צופיל פארלאזט אויף טעכנאלאגישע שפיאנאזש, און אנדערע האבן אנגעוויזן אז מען האט פשוט פארזען די געפאר וועלכע איז געקומען נענטער און נענטער. אלעס קען זיין, אבער דאס אז די היידזשעקער האבן איבערגענומען א פליגער מיט דזשילעטן האט קיינער זיך נישט געקענט פארשטעלן. אזוי איז געווען אין אפריקע מיט די אמבאסאדעס באמבארדירונג. קיינער האט דאס נישט געקענט אויסרעכנען פון פאראויס ווייל דער גאנצער ראיאן איז פון יארן פריער באטראכט געווארן אלס א "לאו ריסק" זאנע וויבאלד עס זענען קיינמאל פריער נישט געווען קיין אטאקעס אויף אמעריקאנער אינטערעסן אין מזרח אפריקע.
זיכערהייט מאסנאמען קעגן טעראריזם
זינט טעראריזם איז געווארן א פראבלעם פאר אמעריקע האט די קאנטערטעראריזם קאמיוניטי אויפגענומען א רייע נייע זיכערהייט מאסנאמען וועלכע קענען באשיצן געביידעס אדער אנדערע צילן קעגן באמבעס. די רעגירונג האט שוין אויסגעגעבן ביליאנען דאלארן פאר נייע זיכערהייטן ווי באמבע-באשוצטע געביידעס, ארמאר, וואפן דערשפירער, און נאך צענדליגער ערליי מאסנאמען וועלכע קאסטן אלע פאנטאסטישע סכומים. די ספעציעלע זיכערהייטן זענען איינגעשטעלט געווארן אין געביידעס איבער'ן לאנד און אויך אין אויסלאנד. וויבאלד די קאסטן זענען זייער הויך און די שאנסן פאר א טארער אטאקע זענען קליין האט די רעגירונג געברויכט שטודירן און באשלוסן וועלכע געביידעס זענען וויכטיגער און וועלכע נישט.
אינעם פארגאנגנהייט האבן טעראריסטן צום מערסטן אטאקירט אפיציעלע צילן ווי פאליטישע פירער, דימפלאמאטן, וויכטיגע רעגירונג'ס געביידעס, און אמבאסאדאס צוליב זייער סימבאלישע וויכטיגקייט. נאך א פאפולערע טעראריזם פלעגט זיין פליגער היידזשעקינגס וועלכע די טעראריסטן האבן שטארק געלויבט צוליב איר דראמאטישקייט און שרעק וואס עס האט אנגעווארפן אויף די באטרעפענדע לענדער און אפישעלס. היידזשעקינגס האט זיך אבער סוקסעספול געעענדיגט נאכדעם וואס מען האט קיינמאל נישט נאכגעגעבן פאר טעראריסטן און רוב היידזשעקינגס האבן זיך געענדיגט מיט א דורכפאל פאר די היידזשעקערס. די רעגירונגן האבן אויך אונטערגענומען שטרענגערע מאסנאמען צו פארהאלטן דאס ארויפשמאגלן וואפן אויף א פליגער און עס האט גוט געהאלפן. אפילו די סעפטעמבער 11 היידזשעקער האבן לויט עקספערטן נישט ארויפגעשמאגלט קיין וואפן נאר האבן זיך באנוצט מיט פאלשע וואפן און קליינע מעסערלעך וועלכע מען האט נאך דעמאלט געמעגט ארויפברענגן אויף א פליגער.
די אלע נייע מאסנאמען זענען טאקע זייער עפעקטיוו און עס איז שווער צו גלייבן אז טעראריסטן וועלן זיי קענען אדורכברעכן. אבער די עקספערטן האלטן אז טאקע דערפאר וועלן די טעראריסטן ענדערש זוכן ווייכערע צילן און מען קען זיך מיט זיי נישט אויסרעכנען.
עקספערטן אין די קאנטערטעראריזם אגענטורן פארמאגן איינגעשטעלטע וועמענ'ס ארבעט עס איז צו שטודירן און אויסטראכטן טאקטיקן וועלכע טעראריסטן קענען מעגליך נוצן פאר טעראר צילן. א גוטער ביישפיל איז געווען דער שיך באמבארדירער וועלכער האט אדורכגעשווערצט זיין סי-4 באמבע וועלכע איז געווען אריינגענייט אין זיין שיך. נאך זיין פרשה האט מען אנגעהויבן פארלאנגן אויסצוטאן די שיך אין עירפארטס בעפאר מען גייט אדורך די מעטאל דעטעקטאר. א פרישע שיך באמבע וועט טאקע, ווארשיינליך, מער נישט פארקומען אבער טעראריסטן קענען אויסטרעפן א נייע וועג וויאזוי ארויפצושמאגלן אויפרייס אויף א פליגער. די עקספערטן זיצן און טראכטן פון אלע סארט וועגן וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן און פרובירן זיי אויס אין רעאליטעט און דערנאך מאכן זיי די נויטיגע ענדערונגן וועלכע קען דאס פארמיידן.
ארויפצוגיין היינט אויף א פליגער איז א שטיקל אפקומעניש אבער יעדער פארשטייט די וויכטיגקייט פון די פילפאכיגע זיכערהייט מאסנאמען וועלכע זענען געמאכט צו באשיצן יעדן פערזענליך. עס איז וואונדערליך צו זען וויאזוי די פארנומענסטע מענטשן פון די וועלט שטייען אין לאנגע רייען אין אזעלכע עירפארטס ווי דזשעי-עף-קעי און על-עי-עקס און זאגן נישט ארויס קיין ווארט אפילו נאכדעם וואס מען הייסט זיי אויסטאן די שיך און אויבערראק און מען פארלאנגט די פאפירן עטליכע מאל.
אינטערנאציאנאלע קאאפעראציע קעגן טעראריזם
טעראריזם איז א גלאבאלע פראבלעם היינט צו טאג וועלכע פלאגט צענדליגער לענדער. גרויסע טעראריסטישע ארגאניזאציעס ווי אל קאידא האט שוין עפעקטירט מערערע לענדער און ווערט מער און מער פארשפרייט און זיי צו באקעמפן פארלאנגט זיך אן אינטערנאציאנאלע קאאפעראציע צווישן די הונדערטער אגענטורן און קיין איין לאנד קען זיך נישט קיין עצה געבן אן די הילף און אינפארמאציע פון אנדערע לענדער. אפילו אזא מעכטיג לאנד ווי די פאראייניגטע שטאטן איז שטארק אנגעוואנדן אויף אזעלכע לענדער ווי פראנקרייך, בריטען, דייטשלאנד, טערקיי, און א רייע אראבישע לענדער.
די לענדער און אזעלכע ארגאניזאציעס ווי די יו-ען, נאט"א, די אייראפעאישע פאראיין, די גרופע פון אכט, און די אראבישע ליג ארבעטן אינאיינעם צו לייגן עקאנאמישע סאנקציעס, פרירן טעראריסטישע פינאנץ, באוואכן לופטפעלדער און גרעניצן, און צום וויכטיגסטן געבן זיך איבער איינע די אנדערע יעדעס ביסל אינפארמאציע וואס זיי ערהאלטן.
רוב לענדער נוצן זייערע געזעץ דורכפירונג אלס זייער וואפן קעגן טעראריזם. די פאראייניגטע שטאטן האט אין די ניינציגער יארן פארשפרייט אירע אנטי-טעראריזם געזעצן און איינגעשטעלט דעם "עקסטרעטעריטאריעל" געזעץ וועלכע לויטעט אז טעראריזם קעגן אמעריקאנער אינטערעסן אפילו אויסער די גרעניצן פון אמעריקע מוז לעגאל אנגעקלאגט ווערן אין יו-עס פעדעראלע געריכטן. אין די לעצטע יארן האבן צענדליגער לענדער וועלכע האבן באוויזן צו לייגן א האנט אויף טעראריסטן ערוועלט צו אנקלאגן די טעראריסטן אין אמעריקע, וויסנדיג אז מיט דעם וועלן זיי באקומען די האבסטע שטראף וואס מעגליך און דאס וועט עווענטועל אויך העלפן באקומען די קאנטראל איבער די טעראריסטן. א ביישפיל פון אזא פאל איז געווען דער טאראריסט ראמזעי יאסעף וועלכע האט דורכגעפירט די ערשטע באמבארדירונג אויף די וואורלד טרעיד צענטער געביידעס אין 93' און איז טראספערירט געווארן קיין אמעריקע וואו ער און זיינע קאלאבאראטירער זענען אנגעקלאגט געווארן אין א פעדעראלע געריכט אין ניו יארק.
ווי באקאנט האלטן זיך די טעראריסטישע גרופעס אויף פון געלטער וועלכע זיי זאמלן פון זייערע שטיצער איבער די וועלט און טראנספערירן דאס עלעקטראניש דורך בענק צו באצאלן געהאלטן פאר זייערע ארבייטער, טראנפארטאציע, און וואפן. געוויסע טעראריסטישע גרופעס ווי כאמאס און די טאמיל טייגערס פון סרי לאנקע נוצן אויך די געלט פאר וואוילטעטיגע צוועקן כדי צו געווינען די פאליטישע שטיצע.
די פאראייניגטע שטאטן און נאך לענדער האבן פארבאטן דאס געבן געלט פאר טעראריסטישע ארגאניזאציעס און עס איז א פולשטענדיגער פארברעכן אפילו אויב מען קען אויפווייזן אז די געלט, אדער טייל דערפון, איז געגאנגן פאר וואוילטעטיגע צוועקן. אין 99' האט אמעריקע און נאך לענדער געמאכט דאס געבן געלט פאר טעראריסטישע ארגאניזאציעס א אינטערנאציאנאלע פארברעכן וועלכע איז גאר הארב און יעדע לאנד קען אויף דעם אנקלאגן. די אקט האט אסאך געהאלפן און די אלע פירמעס און גרופעס וועלכע האבן אפען געשטיצט די טעראריסטישע ארגאניזאציעס האבן דאס אפגעשטעלט און ווער נישט איז אנגעקלאגט געווארן. די טעראריסטן געבן אבער זיך נאך אלץ אן עצה און אנשטאט טראנספערירן געלטער דורך בענק טוישן זיי איין די געלטער פאר גאלד און דיימאנטן און שווערצן דאס אריבער גרעניצן. די קאנטערטעראריזם ארגאניזאציעס שאצן אז טראץ אלע שוועריקייטן וואס מען שטעלט זיי אין וועג פליסן נאך אלץ אריין גרויסע געלטער דורך פארשידענע וועגן.
אין 79' האט די אמעריקאנער קאנגרעס אפיציעל באצייכנט עטליכע לענדער אלס שטיצער פון טעראריזם און האט פארבאטן אירע בירגער צו האנדלען מיט די לענדער, אינוועסטירן אין זייערע פינאנציעלע אינסטיטוציעס, און דאס פארקויפן וואפן אדער אנדערע געצייג וועלכע קען גענוצט ווערן פאר וואפן. אזעלכע לענדער ווי ליביע, סיריע, איראק, איראן, סודאן, דרום קארעא, און קובא זענען באלד אריין אונטער דעם פארבאט צוליב זייער אפענע שטיצע צו טעראריזם. די סאנקציעס האבן אביסל געהאלפן מיט די יארן אבער היינט זענען זיי מער גארנישט ווערט ווייל די טעראריסטן זענען מער נישט אנגעוואנדן אויף רעגירונגן און באשיצן זיך און פינאנצירן זיך אליינס.
די סאנקציעס זענען קריטיקירט געווארן דורך טייל מענטשן באלד פון אנהויב מיט די טענה אז עס טוט די פארקערטע ארבעט. אויך האבן אקטיוויסטן אנגעוויזן אז די לענדער וועלכע זענען אונטער די סאנקציעס זענען נישט יושר'דיג ערוועלט געווארן (ווי קובא וועלכע איז נאר צוליב פאליטישע סיבות) ווען אנדערע לענדער (ווי פאקיסטאן און סאודיע אראביע) וואס האדעוון אפיציעל טעראריסטן זענען קיינמאל נישט געשטעלט געווארן אונטער סאנקציעס וועגן מען דארף זייער פאליטישע שטיצע. עקאנאמיסטן ווייזן אויך אן אז די אלע סאנקציעס האבן מער געשאדט די אמעריקאנער ביזנעסער ווי די באטראפענדע לענדער.
היסטאריע האט געוויזן אז נאר סאנקציעס וועלכע זענען ארויפגעשטעלט געווארן דורך די פאראייניגטע פעלקער מיט דער פאראייניגונג פון אלע מיטגלידער לענדער האבן געארבעט. א ביישפיל איז ליביע וועלכע איז באשטראפט געווארן מיט יו-ען סאנקציעס נאך די פאן-עם פליגער באמבארדירונג אין 88' וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א קלארע צוזאמנארבייט פון די טעראריסטן און די ליביער רעגירונג.
מיליטערישע מעטאדן קעגן טעראריזם
אין די ווייטע פארגאנגנהייט האט אמעריקע און אנדערע לענדער קיינמאל נישט גענוצט מיליטערישע מעטאדן קעגן טעראריסטן אדער לענדער וואס שטיצן זיי. די איינציגסטע מאל וואס אמעריקע האט יא גענוצט מיליטער איז געווען ביי די איראנער משכונות קריזיס אין 81' וועלכע איז טאקע דורכגעפאלן. עטליכע יאר דערויף האבן אמעריקאנער קאמפס פליגער באמבארדירט עטליכע צילן אין ליביע נאכדעם וואס א רעגירונג געשטיצטע ליביער טעראריסט האט אומגעברענגט עטליכע אמעריקאנער אין דייטשלאנד. זינט אל קאידא האט אטאקירט אמעריקאנער אמבאסאדעס אין אפריקע האבן אמעריקאנער פליגער מערערע מאל באמבארדירט פארדעכטיגטע אל קאידא טרענירונג קעמפס אין סודאן אין שפעטער אין אפגאניסטאן. אלע האבן זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין א דורכפאל ווען מען האט זיך דערוואוסט אז מען האט עטליכע מאל פארפאסט דעם מייסטער טעראריסט אסאמא בין לאדען מיט קוים עטליכע שטונדן.
נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס האט זיך אלעס געטוישט און די בוש אדמיניסטראציע האט פארארדענט צו נוצן מיליטער כסדר און אזוי צוקלאפן די טעראריסטן. די פאליסי האט געפירט אמעריקע צו די אינוואזיע אויף אפגאניסטאן וועלכע האט אויפגעלעזט די טאליבאנער רעגירונג וועלכע זענען געווען אפענע שטיצער צו אסאמא בין לאדען און זיין אל קאידא נעטוואורק. א יאר דערויף האט די בוש אדמיניסטראציע אינוואדירט איראק מיט'ן באשולדיגונג אז אירע גרויסע זאפאסן פון מאסן פארניכטיגונג'ס וואפן זענען א סכנה צו די פאראייניגטע שטאטן און האבן אויך אנגעוויזן אז סאדאם כוסעין האט שטילערהייט געשטיצט אל קאידא דורכפירן די גרויזאמיגע טעראר אטאקעס.
די אינוואזיע האט זיך אבער אויף דערווייל ארויסגעשטעלט צו זיין א דורכפאל נאכדעם וואס עס זענען נישט געפינען געווארן קיין שום וואפן און עס איז אויך קלאר געווארן אז כוסעין האט נישט געהאט קיין שום פארבינדונג מיט אל קאידא. קאנסערוואטיווע אפישעלס האבן אויך געווארענט אז די פאראייניגטע שטאטן וועט מעגליך אטאקירן נאך לענדער וועלכע זענען פארדעכטיגט מיט'ן שטיצן טעראריסטן ווי סיריע און איראן.
די פאליסי פון נוצן מיליטערישע כוחות אין די קאמף קעגן טעראריזם איז דערווייל זייער פאפולער צווישן די אמעריקאנער מאסן אבער די אלגעמיינע וועלט לייגט א גרויסע פראגע דערויף ווייל די פאקט האט געוויזן אז טראץ די אלע מיליטערישע אפעראציעס האט מען נאך נישט באוויזן צו כאפן אסאמא בין לאדען און בכלל האט מען נישט באוויזן צו עלימינירן די אל קאידא נעטוואורק וועלכע איז אקטיוו און לעבעדיג און האבן שוין אויסגעפירט הונדערטער אטאקעס אין פארשידענע לענדער זינט אמעריקע האט אינוואדירט אפגאניסטאן. עקספערטן ווייזן אן אז די מיליטער האט נישט קיין ערפארונג וויאזוי נאכצוגיין און אפירזוכן די באהאלטענע טעראריסטן און זיי באקומען מינימאלע שפיאנאזש אינפארמאציע.
אויך דארף מען דערמאנען אז די פאנאטישע טעראריסטן האבן בכלל נישט מורא פון טויט און מיליטערישע אפעראציעס זענען בכלל נישט קיין סטראשע צו זיי. הונדערטער טעראריסטן האבן אין די לעצטע עטליכע יאר זיך אליינס אומגעברענגט אין די פילע זעלבסטמארד אטאקעס, א זאך צו וועלכע מיליטערישע כוחות זענען הילפלאז. אויסערדעם ברענגן מיליטערישע אפעראציעס אסאך פאטאליטעטן אויך ביי ציווילע מענטשן און עס איז נישט לאגיש צו זאגן אז ציווילע מענטשן דארפן שטארבן ווען די טעראריסטן זענען נאר א קליינע טייל פון די באפעלקערונג.
די פאראייניגטע שטאטן און אנדערע לענדער וועלכע זענען שוין אטאקירט געווארן דורך טעראריסטן ארבעטן זייער שווער צו געווינען די פובליק שטיצע קעגן טעראריזם און נאכמער צו עלימינירן די פובליק שטיצע צו די טעראריסטן. נישט אין יעדע פאל האט עס אבער געארבעט ווייל טייל פאליטישע אינטערעסן האבן שטארקע שטיצע איבער די וועלט און נאר די טעראריסטן זענען די וואס קעמפן דערפאר און עס איז שווער צו עלימינירן די שטיצע.
עס איז פאראן א וועלט'ס ווערטל: "יענעמ'ס טעראריסט איז א צווייטענס פרייהייט קעמפער". א ביישפיל איז די מצב אין מיטל מזרח. עס זענען פאראן מיליאנען מענטשן איבער די וועלט וואס זענען שטארק קעגן מדינת ישראל'ס אקופאציע אויפ'ן מערב ברעג און אין עזה און וויפיל מען זאל זיי אויפקלערן אז די טעראריסטן זענען בלוט דורשטיגע מערדער וועלן זיי דאס נישט דערהערן צוליב זייער שטעלע קעגן די אקופאציע. דאס זעלבע איז מיט די קריזיסן אין קאשמיר און אין טשעטשניע.
אמעריקע'ס קאנטערטעראריזם אגענטורן
די פאראייניגטע שטאטן פארמאגט 4 הויפט רעגירונג אגענטורן וועלכע גיבן זיך אפ מיט קאנטערטעראריזם. זיי זענען: די נאציאנאלע זיכערהייט אגענטור (ען-עס-עי), די צענטראלע אינטעלידזשענס אגענטור (סי-איי-עי), די פעדעראלע ביורא אוו אינוועסטיגאציע (עף-בי-איי), און די דעפארמענט אוו היימלאנד זיכערהייט (די-עיטש-עס). אויסער די הויפט אגענטורן זענען פאראן נאך א צאל קלענערע אגענטורן וועלכע גיבן זיך אויך אפ מיט קאנטערטעראריזם ארבעט און זענען נישט אזוי באקאנט. לאמיר זען יעדע איינע באזונדער:
ען-עס-עי – די אגענטור איז פאראנטווארטליכט צו קלויבן עלעקטראנישע דאטא און קאמיוניקאציע באקאנט אלס סיגנאלישע אינטעלידזשענס (אדער סיגאינט ווי מען רופט דאס צווישן די אגענטורן). די ען-עס-עי נוצט די וועלט'ס פארגעשריטענסטע קאמיוניקאציע טעכנאלאגיעס מיט וועלכע זיי הערן אונטער ביליאנען טעלעפאן געשפרעכן און כאפן אויף פארדעכטיגטע עלעקטראנישע דאטא. די אגענטור פארמאגט ספעציעלע קאמפיוטערס וועלכע קענען עפענען און אפליינען צונויפגעדרוקטע מעסעדזשעס און וועלן אליינס וויסן וועלכע זענען פארדעכטיגט און וועלכע נישט. די מעטאדן וועלכע די אגענטור נוצט איז א געהיימניס און בכלל איז די גאנצע אגענטור א געהיימניס און ווייניג ווייסן איבער איר מער ווי דאס ביסל אינפארמאציע. די הויפטקווארטירן פון די ען-עס-עי איז אין פארט מעיד, מערילענד און איז א טייל פון די דעפארטמענט אוו דעפענס.
סי-איי-עי – די וועלט'ס באקאנטע סי-איי-עי איז געגרינדעט געווארן נאך די צווייטע וועלט קריג ווען די אמעריקאנער אפישעלס האבן איינגעזען אז עס פאדערט זיך א שפאגל נייע אגענטור צו זאמלן שפיאנאזש און אנאליזירן אויסערן אינטעלידזשענס צו באשיצן די נאציאנאלע זיכערהייט און שטיצן דעם פרעזידענט'ס און זיין אויסער'ן פאליסי פירערשאפט. די סי-איי-עי איז היינט די וועלט'ס פארגעשריטענסטע שפיאנאזש אגענטור מיט טויזענטער אגענטורן וועלכע זענען צעשפרייט איבער יעדע ראיאן איבער די גאנצע וועלט און א ים מיט אינפארמאטיוון וועלכע ארבעטן פאר זיי.
די סי-איי-עי שפילט א גרויסע ראלע אין קלייבן און אנאליזירן אינטעלידזשענס איבער טעראריזם און זיי באשליסן ווען צו געבן א ווארענונג פאר'ן פאלק אז מען איז אין א געפאר אטאקירט צו ווערן. די אקטיוויסטן וועלכע ארבעטן אויף טעראריזם זענען א באזונדערע אפטיילונג פון די אגענטור און אין יעדע אנדערע אגענטור זענען פאראן עטליכע אגענטן וועלכע זענען געשטעלט זיכער צו מאכן אז די סי-איי-עי באקומט אלע נויטיגע אינפארמאציע וועלכע די אגענטור האט פארשאפט און אזוי ארום ברענגט עס קאארדינאציע צווישן די אגענטורן.
איבער די יארן איז די סי-איי-עי עטליכע מאל געקומען אונטער אטאקע אז זיי האבן פארפאסט צו שאפן וויכטיגע אינפארמאציע אדער ווען זיי האבן געליטן דורכפעלער. די סי-איי-עי איז אבער באקאנט אלס א אגענטור וועמענ'ס סוקסעסן זענען פארהוילן און דורכפעלער באקאנט. די גרעסטע קריטיק איז געקומען נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס אויף אמעריקע ווען א גרויסע טייל פון פאלק האט געהאלטן אז די אגענטור האט נישט גענוג געטאן צוריקצוהאלטן אזא אטאקע און האט פארפאסט צענדליגער סיגנאלן אז עס קומט אן אטאקע. די אגענטור איז ווייטער קריטיקירט געווארן נאך די איראקער אינוואזיע ווען מען האט נישט געפינען קיין מאסן פארניכטיגונג'ס וואפן אזויווי זי האט אנגעוויזן און געווארענט. די אגענטור אפישעלס האבן זיך אבער פארענטפערט אז די רעגירונג'ס אפישעלס האבן זיי געדרוקט צום וואנט און אין איילעניש געהייסן פארשאפן אלס אינפארמאציע וואס עס זענען פאראן איבער סאדאם כוסעין. וויאזוי אימער האט די אגענטור זיך געלערנט א לעקציע וויאזוי צו באהאנדלן די סכנה פון טעראריזם מער דורכגרונטליך.
עף-בי-איי – די אגענטור איז פאראנטווארטליכט אויסצופארשן די וואס ברעכן די פעדעראלע קרימינאלע געזעצן. זינט סעפטעמבער 11 האט די רעגירונג אויסגעברייטערט די קאנטערטעראריזם אפטיילונג אין אלע אגענטורן און אויך די עף-בי-איי האט באקומען פרישע געלטער מיט וועלכע זיי פארשן טעראריסטישע אקטיוויטעטן וועלכע ברעכן די פעדעראלע געזעצן. ווען אמעריקע ווערט אטאקירט אין אויסערן לענדער ווערט די עף-בי-איי אראפגעשיקט אויסצופארשן די אטאקעס און ברענגן די פאראנטווארטליכטע צו גערעכטיקייט און ווערן דארט קאנטראלירט דורך דעם לאקאלן אמעריקאנער אמבאסאדער. די עף-בי-איי האט נאנטע פארבינדונגן מיט אסאך אויסער'ן אינטעלידזשענס אגענטורן וועלכע טיילן זיך מיט אינפארמאציע אונטער טערמינען פון עטליכע טריטיס וועלכע זענען געמאכט געווארן אין די פארגאנגענהייט.
ארגינעל פלעגט די עף-בי-איי זיך נאר אפגעבן מיט פארברעכן אינלאנד אבער זינט אמעריקע איז אטאקירט געווארן דורך טעראריסטן איז די אגענטור אויך פארפליכטעט געווארן צו טרעפן און קלייבן אינפארמאציע איבער טעראריסטן און זייערע פלענער און כאפן די שולדיגע און זיי ברענגן צו גערעכטיקייט. נאך סעפטעמבער 11 האט די עף-בי-איי און אנדערע אגענטורן אנגעהויבן ארבעטן שווערער צו איבערקומען די ביוראקראטישע שטאלצקייט און קאנקורענט צווישן די אגענטורן און זיך טיילן מיט די אינפארמאציע וועלכע איז קריטיש וויכטיג פאר'ן סוקסעס.
די-עיטש-עס – נאכדעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג און אירע פירער האבן איינגעזען אז די קאארדינאציע צווישן די אגענטורן איז געווען א דורכפאל און איז אפשר גאר געווען די שולד אינעם פארזען די אטאקעס, האט די רעגירונג אלס א רעזולטאט געגרינדעט די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט און איר פארפליכטעט מיט די שווערע מיסיע צו פארהאלטן טעראריזם אויפ'ן אמעריקאנער באדען, פארזיכערן דאס לאנד קעגן טעראריזם, און פארמינערן די חרבנות אין פאל פון אן אטאקע.
מיט די גרינדונג פון די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט האט מען צוזאמענגעברענגט צענדליגער טיילן פון פארשידענע אגענטורן וועלכע האבן געטאן די ארבעט פון פריער. די ארבעט פלעגט באהאנדעלט ווערן דורך די אפטיילונגן פון יוסטיץ, טראנספארטאציע, טרעזשורי, און דעפענס. כמעט אלע גרויסע זיכערהייט אגענטורן ארום דאס לאנד ווי די קאוסט גארד, סיקרעט סערוויס, טי-עס-עי, און טיילן פון די קאסטומס אגענטורן זענען היינט א טייל פון די היימלאנד זיכערהייט אגענטור.
אויסער די הויפט אגענטורן זענען פאראן צענליגער קלענערע אגענטורן וועלן לייגן אויך צו א האנט מיט די שווערע ארבעט פון קאנטערטעראריזם. דער נאציאנאלע סעקיוריטי עדווייזער איז פאראנטווארטליכט צו געבן הילף און אפצושאפן פארשידנארטיקייטן צווישן די אגענטורן. דער שטאַט־דעפארטמענט ארבעט אסאך אויף קאנטערטעראריזם דורך רעדן צו פריינטליכע לענדער און געבן קאנטערטעראריזם רעקאמענדאציעס אויסער די גרעניצן פון אמעריקע. די דעפענס דעפארטמענט האט אויך אן אפטיילונג פון ספעציעלע מיליטערישע כוחות. די אפיס אוו דימפלאמאטיק סעקיוריטי באוואכט אמעריקאנער אמבאסאדאס פון טעראריזם. די יוסטיץ דעפארטמענט גיט זיך אפ מיט'ן אויסשטעלן די לעגאלע פאליסיס איבער קאנטערטעראריזם און אפילו די ענערגיע דעפארטמענט איז אויך פארנומען מיט קאנטערטעראריזם דורך געבן ערפארענקייט וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די מעגליכע באנוץ פון נוקלעארע וואפן און מאטריעל דורך טעראריסטן.
די סכנה פון טעראריזם
אויסער די סכנה פון באמבעס און זעלבסט אויפרייסן און אפילו אזא געשעעניש ווי די סעפטעמבער 11 היידזשעקינגס זענען די קאנטערטעראריזם אגענטורן נאך מער באזארגט איבער די סכנה פון מאסן פארניכטיגונג וואפן ווי נוקלעאר, כעמיקאלע, און ביאלאגישע וואפן וועלכע האבן די מעגליכקייט פון אומברענגן טויזענטער מענטשן אויפאיינמאל און טעראריסטן זענען נישט ווייט פון לייגן א האנט אויף די שעדליכע וואפן זינט אזויפיל לענדער פארמאגן שוין היינט די סארט וואפן און פארקויפן דאס פאר געלט פאר אנדערע לענדער.
אין די לעצטע יארן האבן טעראריסן אויסגעפירט אסאך טויטליכע אטאקעס וועלכע האבן געברענגט א גרויסע צאל קרבנות אבער אלע אטאקעס זענען געווען קאנווענציאנאלע אטאקעס אין וועלכע זיי האבן גענוצט אויפרייס שטאף וועלכע איז גרינג צו באקומען. די קאנטערטעראריזם אגענטורן שפעקולירן שוין יארן אויב די טעראריסטן האבן שוין אין זייער באנוץ נוקלעאר, כעמיקאלע, אדער ביאלאגישע וואפן אבער דערווייל קוקט נאך נישט אויס אזוי ווייל די סארט וואפן זענען זייער שווער צו פראדוצירן און נאר א טייל לענדער פארמאגן דאס און די איינציגסטע וועג וויאזוי די טעראריסטן קענען דאס באקומען איז דורך אפקויפן אדער דורך גנב'נען די וואפן צו וועלכע ביידע האבן זיי שוואכע מעגליכקייטן ווייל רוב לענדער זענען נישט גרייט צו פארקויפן וואפן פאר גרופעס און צו גנב'נען איז פארשטייט זיך נאך שווערער ווייל די סארט וואפן ליגן אוועקגעלייגט אונטער די בעסטע זיכערהייט.
אבער מיט וואס א יאר שפעטער ווערט די זארג אלס גרעסער און גרעסער ווייל מער און מער לענדער אנטוויקלן שעדליכע וואפן און עס טוט זיך א גרויסע האנדל איבער די וועלט און די טעראריסטן וועלן מעגליך לייגן א האנט דערויף עווענטועל. איינע פון די גרעסטע זארגן איז אויף די אזויגערופענע שמוציגע באמבע וועלכע איז יא א קאנווענציאנאלע באמבע וועלכע אנטהאלט אין זיך ראדיאאקטיווע מאטריאל וועלכע קען אויסגעשפרייט ווערן צו א גרויסע שטח אין פאל פון אן אויפרייס. די סארט מאטריאל געפינט זיך אין די באזיץ פון טויזענטער פירמעס איבער די וועלט און אפילו אין לענדער וועלכע ווערן באטראכט ווי שונאים פון אמעריקע.
רעגירונג'ס אפישעלס וועלכע אנטוויקלן קאנטערטעראריזם פאליסי זענען צעטיילט איבער די מיינונג וויאזוי צו פארמיידן די טעראריסטן פון לייגן א האנט אויף די שעדליכע וואפן. טייל אפישעלס זענען ביי דער מיינונג אז מען דארף פארשטארקן די אלטע טריטיס וועלכע זענען געמאכט געווארן אין די פארגאנגענהייט וועלכע פארלאנגן אלע לענדער וואס האבן די סארט פראגראמען זיי זאלן לימיטירן די פראדוקציע און מען זאל קוראזשירן לענדער מיט שיינעם זיי זאלן אפשטעלן די פראגראמען כדי צו האלטן די וועלט מער זיכער. אנדערע אפישעלס האבן אבער אנדערע מיינונגן און פארלאנגן מען זאל נוצן מיליטערישע אקציעס קעגן פיינטליכע לענדער וועלכע פארמאגן אזעלכע וואפן אדער האבן פראגראמען און זענען אויפ'ן וועג זיי צו אנטוויקלן.
די פראגע און מיינונג'ס פארשידענהייטן זענען דערווייל געבליבן הענגן צוליב די שוואכע שאנסן וואס ביידע פאליסיס וועלן ברענגן מיט זיך. די פאליסי פון לימיטירן די וואפן פראדוקציע האט שוואכע שאנסן ווייל אמעריקע אליינס האט פארלעצט אויף אירע אייגענע טריטיס וועלכע זי האט געמאכט מיט די וועלט אין די 60'ער און 70'ער יארן און די לענדער טענה'ן אז אויב אמעריקע מעג פראדוצירן וואפן מעגן זיי אויך. די צווייטע פאליסי האט נאך ווייניגער שאנסן ווייל מיליטערישע אקציעס קענען ברענגן די פארקערטע רעאקציע און עס וועט זיך צוריק אנטוויקלן די רייץ צו וואפן ווי עס איז געווען אין די קאלטע קריג תקופה.
דאס ערשטע מאל וואס מען האט געהערט פון א כמעיקאלע אטאקע איז נאך געווען ביי די ערשטע וועלט קריג און איז שפעטער גענוצט געווארן אין גרויסן ביי די איראן-איראק מלחמה. און אויך האט מען געהערט פון א כעמיקאלע אטאקע אין א טאקיא סאבוועי סטאנציע וועלכע איז אונטערגעשטעלט געווארן דורך א גרופע רעליגיעזע טעראריסטן אין 95'. ביי די גאלף קריג האט מען שטארק מורא געהאט פון כעמיקאלע אטאקעס וועלכע איז אין די ענדע נישט גענוצט געווארן אבער האט איינמאל יא עפעקטירט אמעריקאנער סאלדאטן נאכדעם וואס זיי האבן באמבארדירט א פארדעכטיגטע בונקער וועלכע האט אנטהאלטן כעמיקאלע אגענטן וועלכע איז אויסגעשפיגן געווארן דורכ'ן אויפרייס.
די קאנטערטעראריזם אגענטורן האלטן אן אויפמערקזאם אויג אויף די אנטוויקלונג פון ביאלאגישע וואפן וועלכע איז אויך גרינג צו פראדוצירן און קען אנזייען שרעקליכע חרבנות מיט אן איינצעלע אטאקע. ביאלאגישע וואפן ליגן אין די באזיץ פון אסאך מיליטערן, אריינגערעכנט די פאראייניגטע שטאטן, אבער ביז יעצט האט נאך קיין איין לאנד זיך נישט דערוואגט צו נוצן די סארט וואפן זינט אלע רעגירונגן האבן אונטערגעשריבן די 72' ביאלאגישע וואפן קאנווענשאן אין וועלכע די באנוץ פון די וואפן איז געווארן אויסגעשלאסן.
צוליב די גרויסע זארג און שטארקע מעגליכקייט פון א ביאלאגישע אטאקע אויפ'ן אמעריקאנער באדן האבן די פעדעראלע און לאקאלע עמוירדזשענסי אגענטורן אונטערגענומען א רייע באווארענונגן און מאכן טרענירונגן וויאזוי צו רעאגירן אין פאל פון אזא אטאקע.
ביאלאגישע וואפן קען אנטהאלטן אזעלכע באשטאנדטיילן ווי אנטראקס אדער רייסין וועלכע האט דערשראקן אמעריקע ביי די אנטראקס שרעק און האט אלאמירט די אגענטורן איבער די שעדליכקייט פון די וואפן און ווי גרינג עס איז צו פראדוצירן אדער קויפן.
דאס באשיצן ציווילע פרייהייטן אין די קאמף קעגן טעראריזם
די סכנה פון טעראריזם, ספעציעל די קאטאסטראפישע טעראריזם ווי די סעפטעמבער 11 אטאקעס, רעפרעזענטירן א פאדערונג אנצוהאלטן די ציווילע רעכט און פרייהייטן. זייענדיג א לאנד מיט אן אפענע דעמאקראטישע סאסייאיטי, איז די פאראייניגטע שטאטן דאס מערסטע אויסגעשטעלט צו ליידן פון טעראריזם. לענדער וועלכע ווערן געפירט דורך דיקטאטורן האבן ווייניגער שאנסן צו אטאקירט ווערן ווייל די מענטשן אין לאנד האבן כמעט נישט קיין רעכט און מען פאלגט זיי נאך אויף יעדן טריט און שריט און עס איז שווער פאר טעראריסטן אריינצודרינגן דארט. אמעריקע'ס פרייהייט האט צוגעהאלפן צו די סעפטעמבער 11 אטאקעס ווען די טעראריסטן האבן געהאט א גרינגע ארבעט זיך אריינצושמוגלן קיין אמעריקע, מאכן מיטינגן און קאמיוניקאציע אן ברענגן פערדעכטיגונג, קויפן וואפן, אויפשטייגן אויף א פליגער מיט וואפן, און אריינגיין אין די פילאטן קאבינע אלס צוליב די רעכט פון די אמעריקאנער בירגער.
אין געוויסע צייטן ווען דאס לאנד איז געווען אין אויסערגעווענליכע סכנה פון דרויסנדיגע לענדער האט די רעגירונג איינגעשטעלט עמוירדזשענסי עקזעקיוטיווע מאסנאמען אדער האט זי דורכגעפירט קאנטראווערסיאלע לעגיסלאציע וועלכע האט געטרעטן אויף די טראדיציאנאלע באשיצונגן און פרייהייטן מיט וועלכע די קאנסטיטוציע שפיגעלט. א ביישפיל איז געווען ביי די צווייטע וועלט קריג ווען די רעגירונג האט פארהאלטן אלע יאפאנעזע-אמעריקאנער איינוואוינער כאטש עס איז נישט געווען קיין באווייזן אויף קיינע פון זיי אז זיי זענען פארמישט אין שפיאנאזש אדער סיי וועלכע אנדערע פארברעכן. קאנגרעס האט שפעטער באפרייט אלע יאפאנעזער באטראכטנדיג די אקט אלס אומגערעכט און האט א דאנק דעם דורכגעפירט די נאן-דעטענשן אקט אין 71' וועלכע פארבאט לעגאל אזא אקט אפילו אין אן עמוירדזשענסי.
רוב פון די הארבע פאליסיס וואס זענען געמאכט געווארן דורך די קאנטערטעראריזם אגענטורן זענען געווען צייטווייליגע. אבער היינט ווען די קאמף קעגן טעראריזם גייט אן שוין פאר א לענגערע צייט און וועט ווייטער אנגיין פאר אן אומבאשטימטע צייט, ברענגט עס זארגן אז די פרייהייטן פון די איינוואוינער פון לאנד ווערן געשטערט און די פאליסיס וועלן אנהאלטן א לענגערע צייט און אפשר גאר שטענדיג. א ביישפיל איז די פאטריאט אקט וועלכע קאנגרעס האט דורכגעפירט באלד נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס אין וועלכע די עף-בי-איי האט באקומען די רעכט נאכצוזוכן פשוט'ע איינוואוינער, סטודענטן, לייברעריס, און פינאנציעלע רעקארדן אן ערהאלטן ערלויבעניש פון א געריכט ווי עס איז טראדיציאנאל איינגעפירט אין אמעריקע. אויך האבן די לאו ענפארסמענט אגענטורן באקומען די ערלויבעניש נאכצוקוקן רעליגיעזע און פאליטישע אקטיוויטעטן אפילו זיי זענען נישט פארדעכטיגט.
די סארט זאכן זענען געווען אומדערהערט בעפאר אמעריקע איז אטאקירט געווארן. נאך סעפטעמבער 11 האט די יוסטיץ דעפארטמענט ארעסטירט איבער 1,000 אימיגראנטן, די גרעסטע טייל פון זיי מוסולמענער, און זיי פארהאלטן פאר א לענגערע צייט כאטש עס זענען נישט געווען קיין באווייזן אויף זיי אז זיי זענען געווען פארבינדן צו די אטאקעס. נאכמער, די יוסטיץ דעפארטמענט האט אפילו נישט ארויסגעגעבן זייערע נעמען אדער איינגעמאלדן פאר זייערע פאמיליעס אז זיי זענען ארעסטירט געווארן, א זאך וואס הערט זיך גוט אויף די אמאליגע סאוויעט רוסלאנד. ווען די קריג אין אפגאניסטאן האט זיך אנגעהויבן האט אמעריקע פארכאפט 600 מוסולמענער און זיי געברענגט צו די מיליטערישע באזע אין גואנטאנאמע בעי, קובא, וואו זיי זענען אויפגעהאלטן געווארן פאר א לענגערע צייט אן באקומען די רעכט וועלכע א נארמאלע מלחמה ארעסטירטער (פריזענער אוו וואר) באקומט. צווישן די ארעסטירטע זענען אפילו געווען צוויי אמעריקאנער בירגער וועלכע זענען פארדעכטיגט געווארן מיטצושפילן מיט אל קאידא און אויך זיי האבן נישט באקומען די רעכט זיך צו פארטיידיגן מיט לעגאלע אדוואקאטן.
עס זענען געהערט געווארן קריטיק פון אלע זייטן אז אמעריקע פארלעצט די רעכט פון איר אייגענע קאנסטיטוציע און אויך די אינטערנאציאנאלע געזעצן. די בוש אדמיניסטראציע האט אבער געצייגט אז וויבאלד די געפאר פון טעראריזם איז אזוי גרויס און געפארפול איז נישט פאראן קיין אנדערע ברירה. וויאזוי אימער, האט די פעדעראלע געריכט דאס אומבארעכטיגט אין דעצעמבער 03' זאגנדיג אז דער פרעזידענט האט, לויט'ן נאן דעטענשן אקט, נישט געהאט די רעכט, אלס קאמאנדיר אין טשיף צו לאזן ארעסטירן אן אמעריקאנער אויפ'ן אמעריקאנער באדן אן אים לאזן זיך לעגאל פארטיידיגן. אויך האט א פעדעראלע געריכט אין קאליפארניע געאורטיילט אז די ארעסטאנטן אין גואנטאנאמע בעי ווערן דארט געהאלטן אומלעגאל, אויסער אויב מען קלאגט זיי אן און זיי באקומען די רעכט זיך צו פארטיידיגן מיט אן אדוואקאט. די בוש אדמיניסטראציע האט אפיעלט ביידע אורטיילן וועלכע האלטן יעצט אינדערמיטן.
די פאליטישע און עקאנאמישע ווארצלן פון טעראריזם
עס זענען פאראן פארשידענע ערליי טעראריסטן. טייל פון זיי ארבעטן אויף א מיסיע אין א פאליטישע אינטערעסע, אנדערע קעמפן קעגן אקופאציעס, עס זענען פאראן אזעלכע וואס קעמפן פאר רעליגיעזע צוועקן, און עס זענען פאראן אזעלכע וואס ווילן נאר צעשטערן פרייהייט אין די וועלט אלס נקמה צו זייערע אינטערעסן ווי עס איז דער פאל מיט אל קאידא. אלע רעליגיעס פארבאטן טעראריזם אבער עס זענען פאראן פאנאטישע פירער וועלכע פרעדיגן זייערע מענטשן אז די רעליגיע פארלאנגט יא טעראריזם און קוראזשירן זייערע מענטשן צו מארטירן פאר זייער רעליגיע. טעראריזם ווערט אין טייל פעלער אנגערופן די וואפן פון די אפגעשוואכטע ווייל טעראריסטן פרובירן איבערצוקומען זייער האפענונגלאזיקייט און שוואכקייט דורך געוואלדטאטן און אפילו זעלבסמארד.
די טראדיציאנאלע מעטאדן פון קאנטערטעראריזם, ווי דאס קלייבן אינפארמאציע, לאו ענפארסמענט, דיפלאמאטיע, פיזיקאלע זיכערהייט, און ווען עס פעלט אויס אויך מיליטערישע אקציעס, זענען וויכטיג צו שטערן און קנס'נען די טעראריסטן. אבער די אלע מעטאדן קעמפט מיט אומגעלעזטע קאנפליקטן און פראבלעמען און וויפיל מען זאל אומברענגן און ארעסטירן וועלן שטענדיג אויפקומען נייע טעראריסטן וועלכע וועלן ווייטער קעמפן.
די קאנטערטעראריזם אגענטורן פון די פרייע וועלט ווייסן אז די איינציגסטע וועג וויאזוי אויסצוראטן טעראריזם איז דורך ברענגן פאליטישע פרייהייט און ערציאונג אין די לענדער וואו די טעראריסטן ווערן אויפגעצויגן.
רוב טעראריסטן וועלכע מען האט אינדענטיפיצירט זענען געווען אומפארהייראטע מענטשן וועלכע האבן געלעבט א דערביטערטע לעבן אדער זענען זיי געווען יונגן וועלכע האבן נאך נישט פארשטאנען די באגריף פון לעבן. אויב די אלע טעראריסטן וואלטן אויפגעוואקסן אין אזא סאסייאיטי ווי מיר לעבן וואלט נישט געווען קיין ערנסטע טעראריזם אויף די וועלט. דאס איז אבער זייער א שווערע ארבעט אויסצופירן ווייל עס נעמט אסאך צייט און וועט קאסטן אסטראנאמישע געלטער.
נאך א מיטל וויאזוי צו פארמיידן טעראריזם אין צוריקגעבליבענע לענדער איז זיי צו העלפן לעזן קאנפליקטן וואס פריער. ווען עס האט אויסגעבראכן די קאנפליקטן אין אפריקע האט די וועלט געווארנט אז מען זאל זיי ארויסהעלפן ווייל אויב נישט וועלן ארויסוואקסן טעראריסטן ווי עס האט טאקע פאסירט נאכדעם וואס די יו-ען איז געשטאנען הילפלאז צוליב פינאנציעלע פראבלעמען און די קאנפליקטן האט אומגעברענגט הונדערטער טויזענטער, אויב נישט מיליאנען אומשולדיגע מענטשן. ענליך האט זיך אפגעשפילט אין צפון אירלאנד וואו די טעראריסטישע גרופעס זענען ארויסגעוואקסן נאך א לענגערע צייט וואס איר קאנפליקט האט אנגעהאלטן אן קיין שיין פון האפענונג פאר א לעזונג. און עס איז איבריג צו דערמאנען דער קאנפליקט אין מיטל מזרח וואו די טעראריזם איז געווארן שטערקער מיט וואס א יאר לענגער די קאנפליקט איז געשטאנען אומבאהאלפן.
טעראריזם אינעם צוקונפט
די סעפטעמבער 11 אטאקעס האט אויפגעוועקט אמעריקע צו די רעאליטעט פון טעראריזם און איר ערנסטע סכנה וואס דאס קען ברענגן צו איר זיכערהייט. די רעגירונג מיט אלע אירע אגענטורן פרובירן צו רעדוצירן די סכנה דורך קעמפן טעראריזם און דורך טרענירן די ?עמוירדזשענסי אגענטורן? ווי אזוי צו רעאגירן אין פאל פון א טעראריסטישע אטאקע. אין אנדערע ווערטער האט זיך די גאנצע רעגירונג געגעבן א שאקל און האבן זיך גענומען מיט'ן גאנצן אייפער צו באקעמפן טעראריזם. די גרעניצן זענען געווארן שטרענגער, די גרייטע מיליטערישע כוחות זענען פילפאכיג געדאפעלט געווארן, די עמוירדזשענסי אגענטורן ווערן גוט טרענירט, און איבער אלעם האט די רעגירונג געגרינדעט א נייע אפטיילונג, די היימלאנד זיכערהייטס ?דעפארטמענט?, וועלכע קאנטראלירט די אלע זאכן און איז פאראנטווארטליכט צו פארמיידן א טעראריסטישע אטאקע אויפ'ן אמעריקאנער באדן און צו פארזיכערן די ווייניגסטע פאטאליטעטן אין פאל עס פאסירט יא.
אין די פארגאנגענע עטליכע יאר, זינט די סעפטעמבער 11 אטאקעס, איז טאקע מער נישט פארגעקומען קיין אטאקעס אין אמעריקע אבער איבער די וועלט האט אל קאידא יא אויסגעפירט אסאך טויטליכע אטאקעס וואס ווייזט אז די גרופע לעבט געהעריג און עס איז נאך פאראן אסאך ארבעט צו טאן. אויסער דעם איז מען גארנישט פארזיכערט אז עס וועט נישט קומען נאך אן אטאקע. אמעריקע איז א לאנד וועלכע איז אויסגעשטעלט פאר אטאקעס צוליב איר פרייהייט, לאנגע גרעניצן, און פילע צילן.
נאך א זאך וואס דארף באמערקט ווערן, איז אז די פאראייניגטע שטאטן האט אין די לעצטע צייטן פארלוירן די אינטערנאציאנאלע שטיצע אין איר קאמף קעגן טעראריזם ווען די לענדער האבן גע'טענה'ט אז זי נוצט צופיל מיליטערישע כוחות אין א קאמף וועלכע קען געלעזט ווערן אויף אנדערע וועגן. ספעציעל האט אמעריקע פארלוירן שטיצע נאכדעם וואס זי האט אויסגעקרויזט די יו-ען און געגאנגען אין מלחמה מיט איראק אויפ'ן פארדאכט אז אויך זי האט א שייכות צו די אטאקעס און פארמאגט מאסן פארניטיגונגס וואפן. די אויסערן לענדער זענען אויך זייער נישט צופרידן וויאזוי אמעריקע האנדל'ט אינעם מיטל מזרח קאנפליקט וואס גיט זיי אויך קאלטע פיס זיך צו באטייליגן אין אירע מיסיעס.
די פראבלעמען צייגן אז כאטש אמעריקע מוז ווייטער אנגיין אין איר קאמף קעגן טעראריזם וועט זי אבער זיין געצווינגן צוריק אויפצובויען איר פריינטשאפט מיט אנדערע לענדער כדי צו קענען מאכן די קאמף מער עפעקטיוו.
טעראריזם איז נישט ווי א קאנווענציאנאלע מלחמה וועלכע אמעריקע איז ביכולת אליינס צו פירן. קאנטערטעראריזם פארלאנגט די קאאפעראציע פון אלע לענדער און אויף די וועג אמעריקע גייט יעצט האט זי ווייניגער שאנסן צו סוקסעס.
און צום לעצט האלטן רוב קאנטערטעראריזם אפישעלס אז די אגענטורן זאלן מער נישט אפשרעקן די אמעריקאנער בירגער איבער די סכנה פון טעראריזם ווייל דאס אליין איז איינע פון די צילן פון די טעראריסטן און טעראריזם איז א גרויליגע פאקט פון לעבן אין א וועלט פון פראבלעמען. נאר יעדער זאל ווייטער אנגיין מיט זיין לעבנ'ס שטייגער און צוביסלעך וועלן די טראדיציאנאלע פרייהייטן צוריקקומען אויב מען וועט מאכן פארשריט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!