אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סאנדאנס"
ק (החלפת טקסט – "ייַ" ב־"יי") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט סאנדאנס צו רוי:סאנדאנס אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 21:31, 8 יאנואר 2023
סונדאַנס פילם פעסטיוואַל (ענגליש: Sundance Film Festival) איז דער גרעסטער זעלבסטשטענדיגער פילם-פעסטיוואַל אין די פאראייניגטע שטאַטן.
דער פעסטיוואל קומט פאר אין די צוויי שטעט פארק סיטי און סאלט לייק סיטי, אין יוטא איין מאָל אַ יאָר אין יאנואר, אוואו עס ווערן אויפגעשפילט די בעסטע נייע פילמען, קורצע און לענגערע, און ענליכעס.
צווישן א צאל פון איבער פיר טויזנט נייע פילמען, ווערט אויסגעקליבן ביילייפיג העכער 60 בעסטע פילמען, און דאס ווערט מיינסטנס געצייגט ביים טייערן פעסטיוואל. עס ווערט געשאצט, אז ווען מ'זאל אויסציען אלע פילמען וואס ווערן אויפגעשפילט דארט, וועט עס זיין 3000 מייל לאנג.
דער פעסטיוואַל ערהאַלט א פאַרמעסט, צווישן די גאר בעסטע דראמעס און אייגנ'פראדוצירטע דאָקומענטאַריעס, און לויט דעם ווערט געשאנקן די אויסצייכענונגען. אבער עס ווערט אויך פארטיילט געוויסע פרעמיען, נישט אין ציל פונעם פארמעסט.
די 10-טאָג פעסטיוואַל ברענגט איבער 50,000 באטייליגער, צו פּאַרק סיטי, יוטאַ, יעדעס יאר אום יאנואר, צו פייערן די פאכמאנישע אַרבעט, פון די צענדליגע אומאפהענגיגע געשיכטע ערציילונגען אין פילם.
היסטאריע
דער פעסטיוואַל נאמען 'סונדאנס', ווערט גערופן נאָכן פילם כאַראַקטער אינעם פילם: 'בוטש קאַסידי און דאס סונדאַנס קינד' (Butch Cassidy and the Sundance Kid), וואס דער גרינדער פון דעם פעסטיוואל - דער אַקטיאָר און דירעקטאָר ראבערט רעדפארד, האט אין דעם געשפילט.
אין 2016, האט דער פעסטיוואַל געצויגן 46,600 באטייליגטע, וואס האט געשאפן 143.3 מיליאן דאלאר, אין די עקאָנאָמישע טעטיקייט אין יוטא, און געבט 1400 לאקאלע ארבייטס מיטלען.
פאַרן 2017 פעסטיוואַל, זענען 113 לענגערע פילמען געווארן אויסגעקליבן, פארטרעטנדיג 32 לענדער, און 37 ערשטער-מאָל פילם-מאַכערס, דערין זענען פארהאנען 20 אין פאַרמעסט.
די פילמען זענען אויסגעקליבן פון 13,782 איינגעגעבענע פילמען, דערין 4,068 לענגערע פילמען און 8,985 קורץ-פילמען. 2,005 לענגערע פילם פון די פאראייניגטע שטאטן, און 2,063 זענען געווען אינטערנאַציאָנאַלער פילמען. אַכט און ניינציק פילמען אין דער פעסטיוואַל וועט זיין וועלט פּרעמיערן.
אין יאר 2017 איז דער יידישע פילם, מנשה, אויך געווארן אויסדערוועלט, אינעם קאטעגאריע 'נעקסט' - אייגענע פילמען; צווישן די זעכציג אויסדערוועלטע לאנגע פילמען, און זיך אויסגעצייכנט אלץ איינס פאר די בעסטע פילם אינעם פעסטיוואל.
וועבלינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!