אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ברוך אייזנבערג"
קאין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:52, 22 נאוועמבער 2022
ברוך אייזנבערג, איז געווען א חזן, א איש חינוך און פארפאסער פון א לאנגער רייע קינדער קאסעטעס.
ער איז געווען א אקטיאר - נאך אלס קינד - זייענדיג 'יוסף' אינעם נייטרא יוסף שפיל תשט"ז, און שפעטער אין היימישע חינוך פארשטעלונגען, און אויף קאסעטעס, מיט זיין זעלטענעם טאלאנט צום באוואונדערן.
ער איז געווען א תושב אין שיכון סקווירא, און פון דער קאפעליע אין הויף, אין צייטן פון פרייד.
זיינע קאסעטעס
- לכל זמן
- עוד יוסף חי
- קינדער וועלט
- רץ כצבי
- מגילת אסתר מיט געזאנג
- בימי מתתיהו
- די סדר נאכט
- דער טאנץ פון בער
- די פארסמ'טע ברויט
צווישן די געשיכטע ערציילער פון קינדער קאסעטעס, ווי א שטייגער יו"ט עהרליך, מאיר פעלבראנד, לייבל וויינשטאק, זושא שמעלצער, שמע בני טעיפס, איז ר' ברוך אייזנבערג פאררעכענט אלץ איינער פון זיי.
ער איז געווען א פארפאסער פון אייגענע לידער, און זיין שטימע האט געקלונגען 'אן א מיקראפאן' גאר מעכטיג און קלאר.
ר' ברוך האט אין די מיטעלע יארן געליטן א הארץ אטאקע, און ווען מ'האט עהם אויפגעלעבט מיט סי-פי-אר, האט ער געלעבט נאך איין יאר, און ווידער געכאפט א מאסיווע הארץ אטאקע און זאפארט אוועק.
אבער ער האט עספיעט אויפצושטעלן א דור פון גאר געלונגענע ערליכע אישי ציבור; צווישן זיי זיינע זין; ר' אהרן ארי' אייזנבערג אלס מגיד, ר' ביינוש דעם סקווערער רבינס גבאי, ר' משה אייזנבערג אלס זינגער, און אלע אנדערע אלס געלונגענע מחנכים אין חסידישע מוסדות התורה אין ניו יארק.