אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:משמרת הצניעות"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: , ← ,)
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט משמרת הצניעות צו רוי:משמרת הצניעות אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 20:59, 8 יאנואר 2023

משמרת הצניעות אין יידיש היטערס אויף צניעות, דאס איז אזא גרויזאמער פארכטיגער מחתרת פאר יעדע עקסטרעמע גרופירונג פון פרומע עסקנים וואס ארבעטן אין ארגאניזאציע, אדער אפילו איינער אליין.

רוב מאל טוען זיי אויף די אייגענע אינציעטיוו געטריבן פון קנאות און נישט ארגענעזירט פון אנדערע מער ערענסטערע ווייל כמעט אייביג זענען די ענינים וואס זיי ארבייטן נישט איידל דורכצושמועסן און זיך צאם רעדן. אדער מוז ווערן באהאלטן אין געהיים צוליב דעם אומלעגאלער נאטור פונעם אקציע, זיי טוען איבעראל ווי עס וואונען חסידישע אידן איבער די גארע וועלט, וואס היט די פרומע יוגנט מיט געוואלדן פון זיך גליטשן אין אומבאשיינטע אקטן.

אין די גאר עקסטערמע אראבישע מדינות, וואס אלטמאדישע פאנאטישקייט איז נאך פארטייטשט אלס נארמאלע רעליגיע און די רעגירונג איז נישט אפגעטיילט פון רעליגיע, זענען זיי אנערקענט פון די רעגירונג צו ארעסטירן און שלאגן מענטשן וואס זענען עובר אויף די צניעות געזעצען

זיי זענען פארטאן, נאכצולויפן בחורים און אינגעלייט, פרויען און מיידלעך, פארשטייט זיך יעדער רב אין זיין קרייז האט אנדערע מאראלען ווי למשל א רב אין מאנרוי וועט צולאזן שטרענגערע אקציעס ווי א רב אין פלעטבוש.

אויך שפריצן זיי אן מיט ספרעי פעינט אלע אום-צניעות'דיגע עדווערטייזמענטס פון באס סטאפס, בילבארד שולדן, און סתם צעטלעך וואס הענגט אין אידישע געגענטער.

ארום און ארום משמרת

קודם כל: ווער ווערט א מיטגליד פון די אינטערגרינד גרופע?. אוואדאי איז דא יחידים וואס בלויז די תורה טרייבט זיי, און זיי זענען אויסגעלויטערט און מוראדיגע הייליג און איידל, אבער בדרך הטבע וויאבלד ער ליגט אין שמוץ איז דאס איינער וואס איז אבסעסד מיט די זאכן, אחוץ אויב מען זעהט ביי אים א געוואלדיגע ערליכקייט וואס איז ווי א פאנצער און פעסטע וואנט אים צו היטן אין די שווערע שטורימישע נאטור פון די עסק, אבער אויב איז ער נארמאל און נישט צו פרום איז מען ליידער פארטאן אין דעם, איז די שאלה פארוואס האט ער אנגעהויבן צו טאן אין די שמוץ?

פארוואס זאל זיך דער עסקן אריינלייגן דערין?

געווענדלעך זענען די אזוי געריפענע "עסקים" סתם ליידיגייערס וואס האבן ליב זיך אריין צו שטעקן די נאז ביי א צווייטן אדער האבן סתם אזוי נישט וואס צו טוען מיטן טאג, (א שטייגער ווי הילל ט"ב/יענק'ל קעלנער וכו' וכו')

אין וועלכע קרייזן זענען זיי אקטיוו און האבן א כוח

אין חב"ד, ווער רעדט נאך ביי די ליטוואקעס, אדער סתם ארץ ישראל חסידות'ער האט מען צו זיי א געוויסער פארעקל אין זיי האבן נישט קיין שום כוח צו אנלייגן א פחד אויפן עולם, אין אלגעמיינע יידיש רעדענדיג חסידים רעספעקטירט מען זיי יא פאר טאן זייער זשאב איבערהויפט אין די 3 קרייזן וואס צניעות איז גאר הארב, ווי סאטמאר תולדות אהרן און גור. און נאך. דא וועלן מיר אביסל מסביר זיין וויאזוי זיי האבן איינפלוס צו אנגיין מיט זייערע ארבייט אין די קרייזן און אזוי ארום ווארפן א פחד ווען אימער זייער נאמען ווערט נאר דערמאנט.

וואיזוי ארבייט די משמרת הצניעות אין די סאטמארע קרייזן?

רוב חסידים אין סאטמאר האלטן אז עס דארף אין טאר נישט זיין א משמרת הצניעות.עס איז דא א גרויס חלק וואס האלטן אז אין סאטמאר איז מען דא פארן סור מרע אבער דעם עשה טוב לאזט מען פאר א צווייטן. וואס דאס קומט אויס א שטארקע פראבלעם וויבאלד עס זענען דא געוויסע וואס זענען דורכגעפאלן און ווילן צוריק קומען נאר דארפן אביסל הילף/חיזוק. נאר קענען נישט צוריק קומען צוליב דעם וואס משמרת הצניעות איז אריינגעמישט און ארבעטן אויף א מהלך פון דערשרעקן די מענטש (אויפן חשבון פון סור מרע) און נישט ארויסהעלפן (ווי למשל טערעפי) (עשה טוב). וואס צוקלאפט די מענטש און קען צוברענגען צו איבער לאזן דאס אידישקייט, ווי די עשה טוב קען שוין נישט העלפן און אידישע דורות ווערן ליידער פארפאלן. האפנטליך וועט זיך די מהלך טוישן אינעם צוקונפט און מיט דעם וועט מען קענען ראטעווען אידישע דורות פון פארפאלן גיין.

וויאזוי ארבייט דאס אין תולדות אהרן קרייז?

וויאזוי ארבייט דאס אין גור'ע קרייז

די הויפט אקטיווע צניעות עסקנים פון איבער די גארער וועלט, וואס זענען נישט פאראייניגט יעדער איינער פאר זיך

רבנים וואס טייל באקאנטע משמרת הצניעות עסקנים פארופען זיך אויף זיי

אין מאנסי:

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!