אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי משה ערנסטער"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט משה ערנסטער צו רוי:משה ערנסטער אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 20:58, 8 יאנואר 2023
רבי משה ערנסטער (כ"ד תשרי ה'תרפ"ה - כ"ו טבת ה'תשע"ג), איז געווען דער פרעזידענט פון די "מאור חיים" פערטלען אין צפת און אין ירושלים. ער איז געווען אן איידעם פונעם פערטן וויזשניצער רבי, רבי חיים מאיר האגער.
געשיכטע
רבי משה ערנסטער איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרפ"ה אין שטאט קלויזענבורג, ראמעניע, צו זיינע עלטערן הרב חיים און מרת ריקל גיטל, וועלכע זענען אומגעקומען על קידוש השם אין דער צווייטער וועלט קריג. ווען ער איז געווארן דרייצן יאר אלט, נאך זיין בר מצווה, איז ער ער געפארן אין וויזשניץ צו לערנען אין דער ישיבה פון רבי אליעזר האגער וועלכער איז אויכעט געווען באקאנט אלס "דמשק אליעזר", ביז דעם טאג וואס דער רוסישער מיליטער האט איינגענומען דעם געגנט. דערנאך איז ער אריבערגעצויגן אין גרויסווארדיין צו לערנען אין דער ישיבה פון זיין צוקונפטיגן שווער רבי חיים מאיר האגער, ביז דער אייננעמונג פון אונגארן דורך די נאציס אין 1944 און פון דארט איז ער אנטלאפן קיין בוקארעשט מיט א קליינע צאל פון זיין פאמיליע מיטגלידער. אין יאר ה'תש"ה ווען די צווייטע וועלט קריג האט זיך געענדיגט, איז ער ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין משפחה און האט זיך באזעצט אין תל אביב, און דארט האט ער אויכעט אנגעהויבן צו לערנען אין דער וויזשניצער ישיבה.
י"ט אדר ב' ה'תש"ח, האט ער געהייראט מרת שבע ברכה (נפטר געווארן כ"ה אייר ה'תשס"ט), טאכטער פון רבי חיים מאיר האגער, דער פערטער וויזשניצער רבי.
נאך דער פטירה פון זיין שווער אין ט' ניסן ה'תשל"ב, האט ער אויפגעשטעלט צוזאמען אינאיינעם מיט זיין רעביצין די "מאור חיים" פערטלען אין צפת און אין ירושלים, דארט וואו ער האט אויכעט אויפגעבויט די "מאור חיים" מוסדות און איז באשטימט געווארן אלס זייער פרעזידענט. דערצו האט ער אויכעט אויפגעשטעלט מוסדות וואס זענען געאייניגט פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן.
ער פלעגט וואוינען אין ירושלים אין סנהדריה מורחבת געגנט. כ"ו טבת ה'תשע"ג, אין עלטער פון אכט און אכציג יאר איז ער אוועק, און באערדיגט געווארן אין דעם אוהל פון די וויזשניצער רביס אין דעם וויזשניצער בית החיים אין בני ברק.
קינדער
- הרב זאב ערנסטער, רב פון קרית מאור חיים אין ירושלים, האט געהייראט מרת פייגא, טאכטער פון רבי אלעזר מייזליש דער אוהעלער רב.
- הרב מנחם ערנסטער, וויזשניצער ראש ישיבה אין בני ברק, האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד מרת הינדא, טאכטער פון זיין פעטער רבי משה יהושע האגער דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק.
- הרב ישראל ערנסטער, האט געהייראט מרת שיינא גיטל אסתר גאלדא, טאכטער פון רבי יצחק קאליש, אמשינאווער רבי אין בארא פארק, ניו יארק
- הרב אליעזר ערנסטער, רב פון קרית מאור חיים אין צפת, האט געהייראט מרת לאה, טאכטער פון רבי אברהם דוד הורוויץ דער שטראסבורגער רב און א מיטגליד פון עדה החרדית
- מרת ריקל גיטל, די ווייב פון הרב ישראל אליעזר אדלער, רב פון קרית וויזשניץ אין רחובות.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!