אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי משה טווערסקי (ירושלים)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: יידן ← אידן)
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט משה טווערסקי (ירושלים) צו רוי:משה טווערסקי (ירושלים) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 20:57, 8 יאנואר 2023

רבי משה טווערסקי (תשט"ו - י"ח חשוון תשע"ה) איז געווען א ראש ישיבה און ראש כולל אין דער תורת משה ישיבה אין ירושלים. ער איז אומגעקומען אין דער קהילת בני תורה שחיטה ווען צוויי אראבער זענען אריינגעקומען אין מיטן שחרית און האבן אנגעהויבן הרגענען אידן.

משה טווערסקי איז געווען א זון פון פראפעסער רבי יצחק אשר טווערסקי, טאלנער רבי אין באסטאן און עטרה (א טאכטער פון רבי יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק). ער האט געהייראט מרים בערמאן, די טאכטער פון רבי אבא בערמאן, ראש ישיבה פון ישיבת "עיון התלמוד". זי פירט דעם "הדר" מיידלעך סעמינאר אין ירושלים.

ער איז געווען א תלמיד פון זיין זיידן רבי יוסף דוב, און אויך פון רבי משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק און פון רבי ישראל אליהו וויינטרויב.

אין תש"ן האט רבי משה זיך געצויגן פון באסטאן קיין ירושלים און געווארן א ראש ישיבה אין "תורת משה", געפירט דורך זיין משפחה רבי משה מייזלמאן.

רבי משה טווערסקי האט געוואוינט אין דעם הר נוף געגנט פון ירושלים.

משפחה

די קינדער פון רבי משה טווערסקי און זיין ווייב מרים זענען:

  • רבי משולם
  • די ווייב פון רבי שמעון חרל"פ
  • הב' אברהם

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!