אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:טענענבוים היטער"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט טענענבוים היטער צו רוי:טענענבוים היטער אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 18:34, 8 יאנואר 2023
די טענעבוים היטער זענען א ראדיקאלע רעכטע קריסטליכע גרופע אין לבנון. זי איז אנערקענט אין קאנגרעס אלס א טעראר גרופע.
געגרינדעט דורך עטיאן צאקאר, אן עקסטערעמיסט. אין 1975, ביים אנהייב פונעם לבנון ברודער קריג.
איר מאטא איז, "לבנון צום באפעל", איר סלאגאן ביים קריג איז געווען, "עס ליגט א פליכט אויף אלע לעבאנעזער, צו הרגנען איין פאלעסטינער.
אין אן אינטערוויו מיטן זשערוסאלעם פאסט, האט צאקאר געזאגט, אנהייב זענען געווען דרייסיג טויזנט פאלעסטינער אין לבנון, יעצט דריי הונדערט טויזנט, אין 20 יאר וועט זין צוויי מיליאן, לבנון קען זיך נישט ערלויבן, אז אזא זאך זאל געשען.
אין רוב פאלעסטינע פליטים לאגערן, ווי עס איז געווען א מאסן מארד, קעגן די פאלעסטינער זענען זיי געווען פארמישט.
באשיר זשומייעל, האט פאראייניגט די מיליציע גרופע, אונטער די פאראייניגטע לבנון קרעפטן, פון אלע קריסטליכע מיליציע גרופעס.
אסאך פון די צד"ל זעלנער זענען באשטאנען פון זיי, און בכלל האבן זיי געהאט אטיילגענומען, אין רוב שווערע שלאכטן, אירע מיטגלידער זענען קיינמאל נישט געווען העכער 6,000.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!