אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:טור"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "ענלעך" ב־"ענליך")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט טור צו רוי:טור אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 18:28, 8 יאנואר 2023

ארבעה טורים איז די פיר טורים, וואס מען רופט זיך אויך בקיצור דער טור דאס איז א חיבור וואס ברענגט צוזאמען פסקי הלכות וואס זענען נוהג בזמן הזה. דער מחבר פונעם טור איז געווען רבי יעקב בן אשר, דעם זון פונעם רא"ש; ער ווערט גערופן דער בעל הטורים (ה'ל - ה'ק"ג).

דער בית יוסף האט געשריבן אויף דעם זיין פירוש, און אויף די מהלך פון דעם ספר האט רבי יוסף קארו געבויעט דעם שלחן ערוך.

שרייבן דעם טור

אזוי ווי רבי יעקב בן הרא"ש האט געזען אז ס'איז געווארן אסאך חילוקי דעות אין הלכה האט ער באשלאסן צו שרייבן א חיבור, און ער שרייבט אין זיין הקדמה: "יען כי ארכו לנו הימים בגלותנו ותשש כוחנו, ושמם לבנו, ורפו ידינו, ונשתבשו הסברות וגדלו המחלוקות ורבו הדעות ולא נשארה הלכה פסוקה שאין בה דעות שונות...".

ער האט פריער געמאכט א פארקירצונג פון די פסקים פון זיין פאטער, דער רא"ש וואס איז געדרוקט אין די גמרא'ס מיטן נאמען "קיצור פסקי הרא"ש". פון דעם האט ער אנגעהויבן שרייבן די טורים לויטן כלל וואס ער האט מקבל געווען פון זיין פאטער צו ברענגען מקורות פון ש"ס און ראיות, אויך ברענגט ער חילוקי דעות צווישן די פריערדיגע פוסקים. ער האט געענדיגט שרייבן דעם טור אין יאר ק'.

דער טור איז געווען דאס צווייטע ספר אויף לשון קודש צו ווערן געדרוקט (אין יאר ה'רל"ה).

מקורות

זיינע מקורות נעמען ארום אלע ספרים פאר אים. ער דערמאנט די גאונים, און די ראשונים: רבינו חננאל, רבינו נסים, רבינו גרשום, רש"י די בעלי התוספות און נאך, פון די חכמי אשכנז: ראב"ן, ראבי"ה, מהר"ם ראטנבערג, און פון די חכמי ספרד דעם רי"ף, רמב"ם, רמב"ן. וואו ער איז מחולק מיט די ראשונים ברענגט ער די מסקנה פונעם רא"ש.

תוכן פונעם טור

דער "טור" (און אויך דער שלחן ערוך) איז צעטיילט אויף פיר חלקים:

  1. טור אורח חיים - דער סדר היום פון א מענטש, תפילות, שבת, יומטובים א.א.וו.
  2. טור יורה דעה - אויף הלכות איסור והיתר, ענליך צום תורת הבית פונעם רשב"א.
  3. טור אבן העזר - אויף הלכות אישות, באזירט אויפן משנה תורה פון רמב"ם אין ספר נשים.
  4. טור חושן משפט - אויף הלכות ממונות ונזיקין, פארלאזט זיך אויפן ספר התרומות.

דרוקסאגראפיע

נושאי כלים אויפן טור

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!