אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דייטשמעריש"
ק (החלפת טקסט – "איצט" ב־"יעצט") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט דייטשמעריש צו רוי:דייטשמעריש אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 17:04, 8 יאנואר 2023
דייטשמעריש איז א באגריף פאר ווערטער אין יידיש וואס שטאמען פונעם מאדערנעם דייטשיש (ניי הויכדייטש) וואס מ'האט אין סוף דעם 18טן י"ה און אין פארלויף פון כמעט דעם גאנצן 19טן י"ה אריינגעפירט אין יידיש, ווי למשל ווערטער: שטונדע אנשטאט שעה, שטראסע אנשטאט גאס און אין דעם אויסלייג האט מען למשל אריינגעשטעלט שטומע עינס און האען ווי: עסען אנשטאט עסן, איהר אנשטאט איר, היממעל אנשטאט הימל אא"וו. אין געוויסע תקופות איז דייטשמעריש געווען אין טענדענץ און דער מער אינטעליגענטער אויסלייג.
יידישיסטן האבן תמיד געפירט מלחמות קעגן דייטשמעריזם. למשל מאקס וויינרייך שרייבט:
כל זמן יידיש איז געגאנגען ווי עס גייט זיך, כל זמן עס איז ניט געווען ביי אידן קיין תשוקה צו א קולטיווירטער כלל שפראך, איז קיינמאל קיין שארפע מחיצה צווישן די ביידע שפראכן ניט געווען. וויבאלד מיר ווילן אויף אן אמת פירן אן אייגענע שפראכיקע באלעבאטישקייט, איז יעצט געקומען די צייט איינצושטען א פעסטן גרעניץ מיט אלע סימנים פון א גרעניץ, און דער עיקר מיט א שארפן גרעניץ קאנטראל. 1938
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!