אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי גרשון העניך ליינער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט גרשון העניך ליינער צו רוי:גרשון העניך ליינער אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 16:44, 8 יאנואר 2023

רבי גרשון העניך ליינער ( ה'תקצ"ט - ד' טבת ה'תרנ"א) איז געווען דער ערשטער ראדזינער רבי, א זון פון דעם איזשביצער רב ר' יעקב ליינער דער בעל מחבר פון די ספרים "בית יעקב", וואס איז געווען א זון פון רבי מרדכי יוסף ליינער, מחבר פון ספר מי השילוח, דער ערשטער רבי פון איזשביצא.

רבי גרשון העניך איז געווען א גאון און א רבי, עס איז געווען ווייניג אזעלכע גאונים און קענערס ווי ער, ער האט געקענט כל התורה כולה ממש, ווי מען זעט אין זיינע ספרים.

ער איז געקרוינט אלס רבי נאך זיין פאטערס פטירה, ט"ו אב תרל"ח.

זיינע ספרים זענען

  • סדרי טהרות (כעין גמרא לסדר טהרות)
  • שפוני טמוני חול
  • פתיל תכלת
  • עין התכלת
  • דלתות שער העיר
  • תפארת החנוכי
  • סוד ישרים אויף מועדים
  • אורחות חיים, א ביאור אופן ספר אורחות חיים להרא"ש, והגהות אויף די עשר מילין דחסידותא פון רב, און אויף צוואות רבי אליעזר הגדול.

זיין שטורעמישע לעבן

ביי די איין און צוואנציג יאר האט ער ארויסגעגיבן זיין ספר "סדרי טהרות" א גאונית'דיגע פירוש אויף סדר טהרות וואס האט נישט קיין פירוש הגמרא.

חידוש התכלת

זיין אנטדעקונג פון די תכלת: ער איז באקאנט פארן זיין דער "מחדש התכלת". ער האט איבערגעדרייט א וועלט בשעתו טענה'דיג אז ער האט געפונען די "חלזון פיש" און ער ווייסט וויאזוי מ'ארבעט עס אויס צו מאכן דערפון "תכלת". זיין אלע חסידים און נאך פילע אנדערע האבן טאקע אנגעטוהן די תכלת, טראץ דעם גרויסן התנגדות און קעגנערשאפט פון רוב וועלט. ער האט ארויסגעגעבן אין יענער צייט דריי ספרים: "שפוני טמוני חול", "פתיל תכלת" און "עין התכלת".

ער האט געהאט שטיצע פון געוויסע גדולים. אבער רוב זענען ארויסגעקומען קעגן אים. צווישן דעם זענען פילע ארויס דערקעגן גאר שארף. און אים אויסגעטיילט ביטערע רדיפות.

ער איז נאך נסתלק געווארן אינמיטן דער פרשה און זיין זוהן האדמו"ר ר' מרדכי יוסף האט געדרוקט זיין דריטע ספר "עין התכלת".

ראדזינער חסידים מאכן נאך אלס היינט צוטאג'ס די תכלת און פילע גייען דערמיט.

זיינע קינדער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!