אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אשר יעקב וועסטהיים"
ק (החלפת טקסט – "לעכע" ב־"ליכע") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אשר יעקב וועסטהיים צו רוי:אשר יעקב וועסטהיים אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 15:41, 8 יאנואר 2023
הרב אשר יעקב וועסטהיים (תש"ט – ט' ניסן, תש"פ) איז געווען א רב און א בעל מכשיר, וועלכער האט געוואוינט אין מאנטשעסטער, ענגלאנד.
ער איז געווען רב פון דער אגודת ישראל שול אין בראטן פארק, סאלפארד, און האט געפירט דעם בית איגוד הרבנים, א בית דין פאר כשרות.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן אין געיטסהעד, ענגלאנד. ווען ער איז געווען א יונג קינד האט זיין משפחה זיך געצויגן קיין פאריז.
ער האט געלערנט אין דער געיטסהעדער ישיבה און אין ישיבת באר יעקב.
ער האט געדינט אלס דער רב פון בית המדרש אגודת ישראל, און פירער פון בד"ץ איגוד הרבנים. אויך האט ער פאר עטליכע יאר געהאט א ישיבה גדולה, עזרת תורה, פאר בחורים וואס האבן נישט געטראפן זייער ארט אין אנדערע ישיבות. ער איז געווען א מיטגליד אין דעם מאנטשעסטער בית דין עטליכע יאר.
ער האט אנגעפירט א ריזן כשרות אפאראט, וואו ער האט ארויסגעגעבן הכשרים אויף הונדערטער פראדוקטן.
דער רב איז נפטר געווארן אין עלטער פון 71 יאר אלט, דאנערשטאג פרשת צו, ט' ניסן, תש"פ נאכ'ן ווערן אנגעשטעקט מיט'ן קאראנאווירוס.
דרויסנדיגע וועבלינקען
איבער זיין פטירה אויף בחרדי חרדים
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!