אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אסטראנאמישע איינס"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "לעכע" ב־"ליכע") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אסטראנאמישע איינס צו רוי:אסטראנאמישע איינס אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 15:29, 8 יאנואר 2023
אן אסטראנאמישע איינס (ענגליש: Astronomical unit, אין קורצן: AU) איז די מאס איינס וואס מען ניצט צו מעסטן לענג אין קאסמאס וויסנשאפט. מען ניצט די איינס צו מעסטן דיסטאנצן צווישן פלאנעטן אין דער זון סיסטעם. די גרייס פון איין אסטראנאמישע איינס איז דער דורכשניטליכער דיסטאנץ פון דעם ערד-פלאנעט צו דער זון, בערך 149.6 מיליאן קילאמעטער, אדער 149,597,870,700 מעטער. די דורכשניטליכע ווייט פון מערקור צו דער זון איז 0.38709893 אסטראנאמישע איינסן און די דורכשניטליכע ווייט פון פלוטאן צו דער זון איז 39.48168677 אסטראנאמישע איינסן.
מאס איינס | קילאמעטער | ליכט מינוט | ליכט יאר | פארסעק |
---|---|---|---|---|
אסטראנאמישע איינס | 149,597,870.7 | בערך 8.3 | 15.813×10−6 | 4.8481×10−6 |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!