אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אמורזעט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "איצט" ב־"יעצט")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אמורזעט צו רוי:אמורזעט אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 15:22, 8 יאנואר 2023

אַמורזעט (רוסיש: Амурзет) איז אַ דאָרף אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט פון רוסלאַנד, מיט א באפעלקערונג פון 5010 נפשות.

געשיכטע

אַמורזעט געפינט זיך אויפן ברעג פונעם טייך אַמור, 180 קילאָמעטער צום דרום-מערב פון דער שטאָט ביראָבידזשאַן. עס איז פאַרבונדן מיט אַ שאָסיי מיטן דאָרף ביראָפעלד פונעם ביראָבידזשאַנער ראַיאָן. דאָס דאָרף אַמורזעט איז געגרינדעט געוואָרן אין 1928 דורך ייִדישע איבערוואַנדערער מיט דער הילף פון דער אָרגאַניזאַציע "געזערד" און אָנגערופן געוואָרן "אַמורזעט", ווייל דאָס וואָרט שטעלט מיט זיך פאָר רוסישע ראשי-תיבות פון די ווערטער "אַמורער ייִדישע ערד-געזעלשאַפט. אין 1930 איז אינעם דאָרף געשאַפן געוואָרן דער קאָלווירט "רויטער אָקטיאַבער". אין 1933 איז אין אַמורזעט דורך אַ נייער גרופּע יידישע איבערוואַנדערער געשאַפן געוואָרן דער קאָלווירט "לענינפעלד". אין 1934 איז דאָס דאָרף געוואָרן דער אַדמיניסטראַטיווער צענטער פונעם סטאַלינישן (יעצט - אָקטיאַבערישן) ראַיאָן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט.

די באַפעלקערונג פון אַמורזעט באַטרעפט (לויט די אָנגאַבן פון 2010) 5010 נפשות און זי האָט אַ טענדענץ זיך צו פאַרקלענערן.


זעט אויך

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!