אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אוראל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "לעכע" ב־"ליכע")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אוראל צו רוי:אוראל אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 14:51, 8 יאנואר 2023

אוראַל (רוסיש: Уральские горы) אדער דאס אוראַל־געבערג איז א בארג־קייט וואס ליגט צפון-דרום, און צעטיילט רוסלאנד אין מזרח און מערב טיילן. דער מזרח טייל פון רוסלאנד איז אין אזיע און דער מערב טייל אין אייראפע.

די אוראל בארג־קייט ציט זיך 2,500 ק"מ פון די סטעפן ביים צפון גרעניץ פון קאזאכסטאן ביז די בארטנס פונעם ארקטישן אקעאן. דער אינזל נאוואיע זעמליע איז א פארזעצונג פון דער בארג־קייט. דער העכסטער שפיץ אין דער קייט איז דער בארג נאראדע (פּאזנור, 1,895 מ'). נאטורליכע עראזיע האט אויפגעדעקט א רייכקייט פון מינעראלן אין די אוראל, צווישן זיי אויך איידלשטיינער ווי טאפאז און שמאראק. די קאמי בתולה־וועלדער אין צפון אוראל זענען אנערקענט פון א וועלט ירושה ארט.

געאגראפן טיילן די אוראל אין פינף טיילן: די דרומדיקע, צענטראלע, צפונדיקע, אונטער-ארקטישע און ארקטישע אוראל.

Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.
מוסטער:אזיע-געא-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!