אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אגרא דפרקא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אגרא דפרקא צו רוי:אגרא דפרקא אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 14:40, 8 יאנואר 2023

טעקע:Agradeperka1.jpg
דער שער בלאט פון ספר אגרא דפרקא

אגרא דפרקא איז א חסידיש ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו באקאנט אלס דער בני יששכר

דער מחבר

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דובעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.

רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר אגרא דפרקא איז נאך באקאנט: אגרא דכלה, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא

אינהאלט

אין דעם ספר אגרא דפרקא האט דער מחבר פארשריבן דריי הונדערט צוויי און פופציג פארשידענע חסידישע ווערטער און געדאנקען, אייגענע, און וואס ער האט געהערט - אדער געהערט נאכזאגן - פון זיינע רבי'ס.

נעמען וואס ווערען דערמאנט אין אגרא דפרקא:

רבי אברהם יהושע העשיל פון מעזשביזש באקאנט אלס דער אפטער רב · רבי אלימלך פון ליזשענסק · רבי אליעזר הורוויץ פון טארניגראד · רבי דוב בער פון מעזריטש · רבי יוסף יעב"ץ · רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו · רבי יעקב יעב"ץ · רבי יעקב יצחק פון לובלין · רבי יצחק לוריא · רבי יעקב מאראבי · רבי יצחק פון דראהאביטש · רבי ישראל אברהם · רבי ישראל בעל שם טוב · רבי מנחם מענדל פון פרעמישלאן · רבי מנחם מענדל פון רימאנאוו · רבי משה חאגיז · רבי שלמה גאטליב פון קארלין · רבי משה פון פשעווארםק · רבי משולם זושא פון האניפאלי · רבי פייביש פון זבריז · רבי פנחס הורוויץ · רבי פנחס שפירא פון קאריץ · רבי צבי הירש אייכנשטיין פון זידיטשוב

אויסגאבעס

  • לעמבערג תרי"ח, זעקס און זעכציג בלעטער. דורך רבי משה שיינפעלד פון מעזילאבריץ, אן איידעם פון מחבר, אין דער הקדמה (פארווארט) פון ספר שרייבט ער, אז ער האט געפינען דעם כתב יד צווישן זיין שווער'ס כתבים.
  • זאלקאווא ה'תרכ"א, זיבעציג בלעטער.
  • לעמבערג ה'תר"ם, פינף און זיבעציג בלעטער.
  • מונקאטש ה'תרנ"ד, פינף און ניינציג בלעטער
  • לעמבערג ה'תר"ע, אכט און פופציג בלעטער
  • מונקאטש ה'תש"ב, אכט און זעכציג בלעטער
  • ברוקלין ה'תשמ"ה, ה'תש"ן. ארויס געגעבן דורך רבי צבי הירש מייזליש פון ווייטצען - שיקאגו, אין צוויי חלקים מיט א פירוש "אגרא דצבי"

אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר אגרא דפרקא פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.

הסכמות

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • בית עקד ספרים

מוסטער:ספרי בית דינאוו

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!