אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לעאנדינג"
ק (החלפת טקסט – "גרענעצ" ב־"גרעניצ") |
ק (החלפת טקסט – "נישט פארטיק" ב־"נישט פארטיג") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{נישט | {{נישט פארטיג}} | ||
{{יישוב | {{יישוב | ||
|סארט יישוב= שטאָט | |סארט יישוב= שטאָט |
רעוויזיע פון 13:20, 8 יאנואר 2023
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט.
| ||
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט. | |
שמועס |
|
לעאנדינג (דייטשיש: Leonding), איז די פערטע גרעסטע שטאט אין אויבער עסטרייך. אין צפון, גרעניצט זי זיך מיט דער געמיינדע "פושענאו" און מיטן דוניי טייך, אין מזרח מיט לינץ, אין דרום מיט טראון און אין מערב, גרעניצט די שטאט מיט פאשינג און ווילהערינג. לעאנדינג געהערט צום פאליטישן באצירק "לינץ לאנד". די באפעלקערונג פון לעאנדינג ריכטיג פאר 2017 איז 28.081 באוואוינער. געזעצליך, דער צושטענדיגער געריכט-באצירק צום וועלכן לעאנלינד געהערט איז דער טראון באצירק.
ביז דער ערשטר העלפט פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט, מיט ארום 5,000 איינוואוינער, הויפטזעכליך דארפישע, און א שטארקער אויפוואקס פון דער באפעלקערונג (וועלכער גראדע ציעט זיך היינט אויך) האבן געפירט צו א גרויסן אויפשוואונג. אין יאר 1975 איז לעאנדינג עמטליך דערקלערט געווארן א שטאט. זייט יאר 2011 איז לעאנדינג די גרעסטע שטאט פונעם באצירק און אויך די 15טע גרעסטע שטאט אין אויבער עסטרייך.
די שטאט איז באקאנט אלס א וויכטיגער צענטער פון האנדל און אינדוסטריע
געאגראפיע
לעאנדיג ליגט אין א הייך פון 287 איבערן ים פלאך. די אויסדענונג פון דער שטאט באשטייט פון 5.8 קילאמעטער פונעם צפונדיגן חלק און ביזן דרומדיגן, און פון מערב ביזן מזרח 7.4 קילאמעטער. די געזאמטער פלאך פון דער שטאט איז 24.1 קוואדראטן קילאמעטער. 8.7 פראצענט פונעם שטאט'ס געביט איז באוואלדערט, און 59.8 פראצענט ווערט גענוצט פאר לאנדווירטשאפט. דאס גרעסטע צוזאמענהענגנדע וואלד געביט איז דער קורנבערגער וואלד (דייטשיש: Kürnberger) די העכסטער פונקט געפינט זיך אין רופלינג, מיט א הייך פון 435 מעטער.
קלימאט
דער קלימאט אין דעם רוים פון לעאנדינג איז סיי סוב-אקעאניש און סיי סוב-קאנטינעטאל. די טעמפעראטור איז פארענדערליך אין לויף פונעם יאר. זי דעגרייכט צו מינוס זיבן גראדוס (צעלזיוס) אין יאנואר און 19.9 צעלזיוס אין יולי. די דורכשניטליכע מענגע פון נידערשלאגען איז ארום 59 מילימעטער אין די מאנאטן סעפטעמבער ביז אפריל, און שטייגט ארויף ביז צו אומגעפער 110 מילימעטער אין די זומער מאנאטן - יוני, יולי און אויגוסט. אין דורכשניט, די יערליכע מענגע פון נידערשאלגען מענגע קומט אן צו 870 מילימעטער אומגעפער.