מייבאים כמותיים, בדוקי עריכות אוטומטית, ביוראקראטן, אינטערפעיס רעדאקטארן, emailconfirmed, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מנטרים, סיסאפן, צוות טכני, מייבאים, מעדכנים, אספקלריה רעדאקטארן
102,362
רעדאגירונגען
ק (החלפת טקסט – "עטלעכע" ב־"עטליכע") |
ק (החלפת טקסט – "לעכע" ב־"ליכע") |
||
| שורה 2: | שורה 2: | ||
'''הלל הזקן''' (אַרויסגערעדט: הילעל האַזאָקן) איז געווען איינער פון די גרעסטע מענטשן אין דער ייִדישער געשיכטע, געלעבט אין דער צווייטער העלפט פון דער צייט פון [[בית המקדש|בית–המקדש שני]] אין [[ארץ ישראל|ארץ–ישׂראל]], געווען [[נשיא]] פון [[סנהדרין]], געפירט מיט דער [[ישיבה|ישיבה]], וואָס האָט געהייסן "[[בית הלל]]", און זיינע מאָראַלישע לערעס זענען דער [[יסוד]] פון דער ייִדישער רעליגיעזער עטיק. | '''הלל הזקן''' (אַרויסגערעדט: הילעל האַזאָקן) איז געווען איינער פון די גרעסטע מענטשן אין דער ייִדישער געשיכטע, געלעבט אין דער צווייטער העלפט פון דער צייט פון [[בית המקדש|בית–המקדש שני]] אין [[ארץ ישראל|ארץ–ישׂראל]], געווען [[נשיא]] פון [[סנהדרין]], געפירט מיט דער [[ישיבה|ישיבה]], וואָס האָט געהייסן "[[בית הלל]]", און זיינע מאָראַלישע לערעס זענען דער [[יסוד]] פון דער ייִדישער רעליגיעזער עטיק. | ||
הלל איז געבוירן געוואָרן אין [[בבל|בבל]] ([[מסכת סוכה]] כ' און אַנדערע ערטער שטייט "עלה הלל מבבל", דאָס הייסט, הלל איז געקומען קיין ארץ–ישׂראל פון בבל). ווען ער איז געבוירן געוואָרן איז שווער צו זאָגן. אין "ספרי" סדרה ברכה ווערט געשטייט אַז הלל האָט געלעבט 120 יאָר, און ווען ער איז געקומען פון בבל איז ער אַלט געווען 40 יאָר, נאַכער האָט ער געלערנט 40 יאָר, און דערנאָך איז ער געווען נשיא 40 יאָר. צוליב דעם, וואָס אין דער [[גמרא]] [[מסכת שבת]] ט"ו ווערט געברענגט אַז הלל איז געוואָרן נשיא 100 יאָר פאַרן [[חורבן]] פון בית שני, קומט אויס, אַז ער איז געבוירן געוואָרן 180 יאָר פאַרן חורבן. דאָס הייסט, 112 יאָר פאַר דער געווענליכער צייטרעכענונג. טייל געלערנטע פאָרשער האַלטן, אַז די צאָלֹ 120 איז נישט קיין | הלל איז געבוירן געוואָרן אין [[בבל|בבל]] ([[מסכת סוכה]] כ' און אַנדערע ערטער שטייט "עלה הלל מבבל", דאָס הייסט, הלל איז געקומען קיין ארץ–ישׂראל פון בבל). ווען ער איז געבוירן געוואָרן איז שווער צו זאָגן. אין "ספרי" סדרה ברכה ווערט געשטייט אַז הלל האָט געלעבט 120 יאָר, און ווען ער איז געקומען פון בבל איז ער אַלט געווען 40 יאָר, נאַכער האָט ער געלערנט 40 יאָר, און דערנאָך איז ער געווען נשיא 40 יאָר. צוליב דעם, וואָס אין דער [[גמרא]] [[מסכת שבת]] ט"ו ווערט געברענגט אַז הלל איז געוואָרן נשיא 100 יאָר פאַרן [[חורבן]] פון בית שני, קומט אויס, אַז ער איז געבוירן געוואָרן 180 יאָר פאַרן חורבן. דאָס הייסט, 112 יאָר פאַר דער געווענליכער צייטרעכענונג. טייל געלערנטע פאָרשער האַלטן, אַז די צאָלֹ 120 איז נישט קיין פינקטליכע. | ||
הלל האָט געשטאַמט פון אַ משפחה, וואָס האָט זיך מתייחס געווען צו [[דוד המלך]] ([[תלמוד ירושלמי|ירושלמי]] [[מסכת תענית]] פ"ד און אַנדערע ערטער). ער האָט אין ארץ–ישׂראל געלערנט ביי [[שמעיה]] און [[אבטליון]], ווי מיר געפינען אין [[פרקי אבות]] א’ און אַנדערע ערטער פון דער [[משנה]]. אין דער גמרא [[מסכת יומא]] ל"ה ווערט דערציילט, אַז הלל איז דעמאָלט געווען אָרעם און ער האָט געאַרבעט צו פאַרדינען זיין ברויט, אָבער אַ טייל פון פאַרדינסט האָט ער אַוועקגעגעבן פאַרן לערנען. דעם הויכן אַמט פון נשיא האָט הלל איבערגענומען פון די [[חכמים]] [[בני בתירה]] ([[מסכת פסחים]] ס"ו), און ער האָט אַוועקגעשטעלט דאָס סנהדרין און זיין געגרינדעטע ישיבה אַזוי הויך, אַז די גמרא אין סוכה כ' דערציילט, דאָס די [[תורה]] וואָלט געווען פאַרגעסן געוואָרן פון אידן, ווען נישט הלל, וועלכער איז געקומען פון בבל און ער האָט איר באַנייט. ער האָט איינגעפירט די [[מידות]], מעטאָדן, לויט וועלכע מען לערנט אַרויס די [[הלכות]] פון די [[פסוק|פסוקים]] אין דער תורה. ער האָט דורך זיין ישיבה, די "[[בית הלל]]", פעסטגעשטעלט אַ סך הלכות, וועגן וועלכע עס זענען געווען [[מחלוקת]]. ער האָט אויסגעדריקט דעם באַקאַנטן עטישן יסוד פון [[אידנטום]], זאָגנדיק צו אַ [[גר]], אַז "דעלך סני לחברך לא תעביד" (וואָס דו האָסט נישט ליב, זאָלסטו נישט טאָן אַ צווייטן) איז דער יסוד פון דער גאַנצער תורה. און אַלץ איבעריקע איז אַ [[פירוש]] צו דער דאָזיקער לערע (תלמוד בבלי, מסכת שבת, פרק ב, דף לא, א גמרא). | הלל האָט געשטאַמט פון אַ משפחה, וואָס האָט זיך מתייחס געווען צו [[דוד המלך]] ([[תלמוד ירושלמי|ירושלמי]] [[מסכת תענית]] פ"ד און אַנדערע ערטער). ער האָט אין ארץ–ישׂראל געלערנט ביי [[שמעיה]] און [[אבטליון]], ווי מיר געפינען אין [[פרקי אבות]] א’ און אַנדערע ערטער פון דער [[משנה]]. אין דער גמרא [[מסכת יומא]] ל"ה ווערט דערציילט, אַז הלל איז דעמאָלט געווען אָרעם און ער האָט געאַרבעט צו פאַרדינען זיין ברויט, אָבער אַ טייל פון פאַרדינסט האָט ער אַוועקגעגעבן פאַרן לערנען. דעם הויכן אַמט פון נשיא האָט הלל איבערגענומען פון די [[חכמים]] [[בני בתירה]] ([[מסכת פסחים]] ס"ו), און ער האָט אַוועקגעשטעלט דאָס סנהדרין און זיין געגרינדעטע ישיבה אַזוי הויך, אַז די גמרא אין סוכה כ' דערציילט, דאָס די [[תורה]] וואָלט געווען פאַרגעסן געוואָרן פון אידן, ווען נישט הלל, וועלכער איז געקומען פון בבל און ער האָט איר באַנייט. ער האָט איינגעפירט די [[מידות]], מעטאָדן, לויט וועלכע מען לערנט אַרויס די [[הלכות]] פון די [[פסוק|פסוקים]] אין דער תורה. ער האָט דורך זיין ישיבה, די "[[בית הלל]]", פעסטגעשטעלט אַ סך הלכות, וועגן וועלכע עס זענען געווען [[מחלוקת]]. ער האָט אויסגעדריקט דעם באַקאַנטן עטישן יסוד פון [[אידנטום]], זאָגנדיק צו אַ [[גר]], אַז "דעלך סני לחברך לא תעביד" (וואָס דו האָסט נישט ליב, זאָלסטו נישט טאָן אַ צווייטן) איז דער יסוד פון דער גאַנצער תורה. און אַלץ איבעריקע איז אַ [[פירוש]] צו דער דאָזיקער לערע (תלמוד בבלי, מסכת שבת, פרק ב, דף לא, א גמרא). | ||
רעדאגירונגען