אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים קאניעווסקי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "עטלעכע" ב־"עטליכע")
ק (החלפת טקסט – "לעכס" ב־"ליכס")
שורה 15: שורה 15:
[[בילד:Chayimkaniyevski.JPG|קליין|250px|הרב חיים קאניעווסקי ]]
[[בילד:Chayimkaniyevski.JPG|קליין|250px|הרב חיים קאניעווסקי ]]
[[טעקע:Chaim Kanievsky rabbi.jpg|קליין|2007]]
[[טעקע:Chaim Kanievsky rabbi.jpg|קליין|2007]]
'''הרב שמריהו יוסף חיים קאניעווסקי''' ([[ט"ו טבת]] [[תרפ"ח]], [[פינסק]], [[פוילן]] – [[ט"ו אדר ב'|ט"ו אדר ב]] [[ה'תשפ"ב]], [[בני ברק]] [[ישראל]]) איז געווען א [[ליטווישער]] [[רב]] און אן אויסגעוויינלעכסער בקי ש"ס און פוסקים. ער איז געווען א מיטגליד אין דער [[מועצת גדולי התורה]] פון [[דגל התורה]].
'''הרב שמריהו יוסף חיים קאניעווסקי''' ([[ט"ו טבת]] [[תרפ"ח]], [[פינסק]], [[פוילן]] – [[ט"ו אדר ב'|ט"ו אדר ב]] [[ה'תשפ"ב]], [[בני ברק]] [[ישראל]]) איז געווען א [[ליטווישער]] [[רב]] און אן אויסגעוויינליכסער בקי ש"ס און פוסקים. ער איז געווען א מיטגליד אין דער [[מועצת גדולי התורה]] פון [[דגל התורה]].


== ביאגראפיע ==
== ביאגראפיע ==

רעוויזיע פון 01:02, 6 יאנואר 2023

הרב חיים קאניעווסקי
טעטיקייט ארט בני ברק, ישראל
באלאנג חרדים
באשעפטיגונג הלכה, אגדה, גמרא
זיינע רביס זיין פאטער הרב יעקב ישראל קאניעווסקי, הרב אברהם ישעיהו קארעליץ, הרב ראובן כץ
חיבורים דרך אמונה, שונה הלכות און נאך)


הרב חיים קאַניעווסקי אויפן פּאָדיום ביי דער זיצונג דגל התורה (צווייטער פון לינקס), יד אליהו תל אביב-יפו, (א' ניסן תש"ן). ביי אים זענען: הרב אלעזר מנחם מן שך, שווער הרב יוסף שלום אלישיב מיט הרב חיים קאניעווסקי, הרב שלמה שמשון קרליץ
טעקע:Chayimkaniyevski.JPG
הרב חיים קאניעווסקי
2007

הרב שמריהו יוסף חיים קאניעווסקי (ט"ו טבת תרפ"ח, פינסק, פוילןט"ו אדר ב ה'תשפ"ב, בני ברק ישראל) איז געווען א ליטווישער רב און אן אויסגעוויינליכסער בקי ש"ס און פוסקים. ער איז געווען א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן ט"ו טבת תרפ"ח אין פינסק, ליטא (דעמאלסט אין פוילן, היינט אין בעלארוס) צו זיין פאטער, רבי יעקב ישראל קאניעווסקי, דער סטייפלער גאון, און זיין מוטער, מרת פעשא מרים קארעליץ.

ער האט זיך ערווארבן א וועלטס היסטאריש זכרון פון יעדן ענין אין דער גאנצער תורה.

ער האט חתונה געהאט מיט בת-שבע אסתר אלישיב, אן טאכטער פון הרב יוסף שלום אלישיב, אום ו' כסלו ה'תשי"ב.

ער איז באקאנט געווען אלס צדיק אויך, און מ'פלעגט זיך בענטשטן ביי אים. תלמידי חכמים פון דער גאנצער וועלט פלעגן זיך שרייבן צו אים, און ער פלעגט צוריק ענטפערן מיט זיין אייגענארטיגע שטייגער קורץ און שארף מיט מראה מקומות, נאכצוקוקן, אויך פלעגט ער זיין גרייט א גאנצן טאג ביי זיין גמרא, וואו מען פלעגט שטיין אין דער רייע אים צו פרעגן אין לערנען.

ער האט געוואוינט אין בני ברק און איז געווען א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.

אום ט"ו אדר ב ה'תשפ"ב איז ער נפטר געווארן ביי זיך אינדערהיים.

משפחה

זיינע קינדער זענען:

  • רביצין חנה (נפטר געווארן י"ג אלול תשע"ד), ווייב פון הרב שרגא שטיינמאן (זון פון הרב אהרן לייב שטיינמאן), ראש ישיבה אין ישיבת קהילות יעקב
  • רביצין לאה, ווייב פון הרב יצחק קאלאדעצקי
  • רבי אברהם ישעיהו, ראש ישיבת שפת הים, רעדאקטאר פון די שריפטן פון זיין זיידע דער סטייפלער "קריינא דאיגרתא" און עטליכע פון ​​זיין פאטער'ס ספרים. מחבר פון דעם ספר "מוסר אַב" (שו"ת עם אביו), און "תולדות יעקב"
  • רביצין רות, ווייב פון הרב יהושע צביון
  • רבי שלמה, ראש ישיבה פון תפארת ציון און קריית מלך אין בני ברק
  • רביצין ברכה, ווייב פון הרב זעליג בראווערמאן, ראש ישיבה פון דער סאדיגורער ישיבה
  • רביצין דינה בדנה, ווייב פון הרב אלעזר דוד עפשטיין, ר"מ אין ישיבת כנסת יצחק חדרה
  • רבי יצחק שאול, מחבר פון דעם ספר "בר גיבול" (אויף מלאכת לש), און "אהל עראי" (אויף מלאכת בונה)

זיינע ספרים

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!