אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ליטווישער יידיש"

ק
החלפת טקסט – "כֿ" ב־"כ"
ק (החלפת טקסט – "ענלעכע" ב־"ענליכע")
ק (החלפת טקסט – "כֿ" ב־"כ")
שורה 10: שורה 10:
די סעריע [[קאָנסאָנאַנט]] [[פאנעם|פאָנעמען]] איז כמעט אידענטיש צו דער פון אַנדערע מזרח־יידישע דיאַלעקטן, הגם די קאָנקרעטע רעאַליזאַציעס פון עטליכע קלאַנגן אונטערשיידן זיך סיי פּאָזיציאָנעל, סיי אָפּגעזען פון פּאָזיציע אין וואָרט אָדער פראַזע. דער בולטסטער אונטערשייד צו אַנדערע דיאַלעקטן איז דער אַזוי גערופענער "סאַבעסדיקער לאָסן", דאָס הייסט דער צונויפגאָס פון [[סיבילאַנט]] פאָנעמען: /s/ (ס) און /ʃ/ (ש), /z/ (ז) און /ʒ/ (זש), /t͡s/ (צ) און /t͡ʃ/ (טש), /d͡z/ (דז) און /d͡ʒ/ (דזש). אין מויל פון ליטווישע אידן האָבן די דאָזיקע פּאָרלעך פאָנעמען געהאַט קיין שום דיפערענצירונג ניט און, למשל, ביידע ס און ש קענען אויסגערעדט ווערן ווי [s], [ʃ] אָבער אַ קלאַנג אינצווישן<ref name=Weinreich1963/><ref name=Peltz2008/>. במשך פון 20טן יאָרהונדערט האָט די דיפערענצירונג פון סיבילאַנטן זיך טיילווייז צוריק אויפגעריכט: נאָך פריער אין [[קורלאַנד]] אונטער דער השפּעה פון אָרטיקן דייטש<ref name=Weinreich1923/> און אַנדערשוואו אונטער דער ווירקונג פון [[כלל יידיש]]. די פּלאָנטערניש איז לענגער געבליבן אין ווערטער פון לשון־קודשדיקן און סלאַווישן אָפּשטאַם, און אַ סך [[היפּערקאָרעקציע]]ס קען מען טרעפן ביז היינטיגן טאָג אויפן שטח פון ליטע, למשל: ''בית מדרש'' [beʃmedrəs], ''אַ סך'' [aʃax].

ווי אין אַלע אַנדערע יידישע דיאַלעקטן איז אויך אין ליטווישן יידיש חל דער פּרינציפּ פון דער רעגרעסיווער אַסימילאַציע פון שטימיקייט ביי [[אָבסטרוענט]]ן, דאָס הייסט: אַ קאָנסאָנאַנט ווערט שטימלאָז אָדער שטימיק אָפּהענגיק פון דעם, וואָס פאַראַ קאָנסאָנאַנט קומט דערנאָך. אין ליטווישן יידיש אָט דער פּרינציפּ איז נאָך מער פּראָדוקטיוו: דער שטימלאָזער [x] (כֿ) קלאַנג באַקומט אַ שטימיקן כנגד [ɣ]: ''בוך געשעפט'' [buɣgəʃeft]. להיפּוך צו דרומדיקע דיאַלעקטן אָטאָ די אַסימילאַציע ווירקט אויך איבער די מאָרפעם גבולן: צווישן פּרעפיקס און שורש און צווישן צוויי פאַרבונדענע ווערטער (ווי אין דערמאָנטן משל).<ref name=Gutman1928/>
ווי אין אַלע אַנדערע יידישע דיאַלעקטן איז אויך אין ליטווישן יידיש חל דער פּרינציפּ פון דער רעגרעסיווער אַסימילאַציע פון שטימיקייט ביי [[אָבסטרוענט]]ן, דאָס הייסט: אַ קאָנסאָנאַנט ווערט שטימלאָז אָדער שטימיק אָפּהענגיק פון דעם, וואָס פאַראַ קאָנסאָנאַנט קומט דערנאָך. אין ליטווישן יידיש אָט דער פּרינציפּ איז נאָך מער פּראָדוקטיוו: דער שטימלאָזער [x] (כ) קלאַנג באַקומט אַ שטימיקן כנגד [ɣ]: ''בוך געשעפט'' [buɣgəʃeft]. להיפּוך צו דרומדיקע דיאַלעקטן אָטאָ די אַסימילאַציע ווירקט אויך איבער די מאָרפעם גבולן: צווישן פּרעפיקס און שורש און צווישן צוויי פאַרבונדענע ווערטער (ווי אין דערמאָנטן משל).<ref name=Gutman1928/>

פּונקט אַזוי ווי וואָלינער יידיש באַווייזט אויך דער צפונדיקער דיאַלעקט אַ באַזונדערע אַנטוויקלונג פון קאָנסאָנאַנטן סוף־וואָרט, דהיינו: די שטימיקע קאָנסאָנאַנטן בלייבן שטימיק. די דאָזיקע אויפריכטונג פון שטימיקייט איז היסטאָריש דורכגעפירט געוואָרן אויפן סמך פון געבויגענע פאָרמען, למשל: ''ווייבער'' [b] — ''ווייב'' [b←p], ''בגדים'' [d] — ''בגד'' [d←t], און דערפון זענען אַ ריי ווערטער געבליבן מיט שטימלאָזע קאָנסאָנאַנטן, בשעת זייערע אבות אין [[דייטש]] זענען געווען שטימיק: ''צוואַנציק'', ''אָפּ־'', ''האַנט''.<ref name=Sapir1915/> גאָר זעלטן טרעפן זיך אַזעלכע אויסנאַמען אויך אין סיבות, ווען די מוסטערן זענען געווען בנמצא: ''גנבים'' [v] כנגד ''גנב'' [f] ,''יום־טובים'' [v] כנגד ''יום־טוב'' [f].