אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ביראפעלד"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:51, 22 נאוועמבער 2022

 


ביראָפֿעלד (רוסיש: Бирофельд) איז אַ דאָרף אינעם ביראָבידזשאַנער ראַיאָן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אין רוסלאַנד.

ביראָפעלד געפינט זיך בערך 40 קילאָמעטער צום דרום-מערב פון דער שטאָט ביראָבידזשאַן. לויט די אָנגאַבן פון 2010 באַטרעפט די באַפעלקערונג פון ביראָפעלד 2010 נפשות.

געשיכטע

ביראָפעלד איז געגרינדעט געוואָרן אין זומער 1928 דורך אַ גרופּע פון ייִדישע איבערוואַנדערער (224 נפשות). אין יולי פון דעם יאָר איז דאָ געשאָפן געוואָרן דער ערשטער אויפן ווײַטן מזרח ייִדישער דאָרפס-ראַט. ביז סוף פון 1928 זײַנען געשאַפן געוואָרן צוויי לאַנדווירטשאַפטלעכע קאָמונעס – "יעווניטעכינע" און "אָקטיאַבער". ביז 1930 האָט דאָס דאָרף געטראָגן דעם נאָמען אַלעקסאַנדראָווקע. אין 1930 איז געגרינדעט געוואָרן דער ייִדישער קאָלווירט "ביראָפעלד", וועלכער האָט געגעבן זײַן נאָמען דעם גאַנצן דאָרף. אין אָנהייב פון די 30ער יאָרן זײַנען אינעם דאָרף אויסגעבויט געוואָרן 120 נײַע דירות, א קליינער שפּיטאָל, אַ ייִדישע אָנפאַנג-שול און אַנדערע אַנשטאַלט און אונטערנעמונכען. אין 1950 איז לעבן דעם דאָרף ביראָפעלד אויסגעבויט געוואָרן אַ מיליטערישער אַעראָדראָם.

48°25′12″N 132°47′50″E / 48.42000°N 132.79722°E / 48.42000; 132.79722 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

וועבלינקען