אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אטאמאנישע אימפעריע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "אומאפהענגיק" ב־"אומאפהענגיג")
ק (החלפת טקסט – "גרענעצ" ב־"גרעניצ")
שורה 1: שורה 1:
[[טעקע:OttomanEmpireIn1683.png|קליין|400px|גרענעצן אין 1683]]
[[טעקע:OttomanEmpireIn1683.png|קליין|400px|גרעניצן אין 1683]]


די '''אטאמאַנישע אימפעריע''' (1293–1922) ([[אטאמאנישע טערקיש]]: دولتْ علیّه عثمانیّه '' Devlet-i Âliye-yi Osmâniyye'',<ref name="twareekh.com"/> [[טערקיש]]: ''Osmanlı Devleti'' אדער ''Osmanlı İmparatorluğu''), איז געווען א טערקישער שטאַט. אין יענער צייט איז די שטאַט געווען באוואוסט אלס די '''טערקישע אימפעריע'''. די אימפעריע איז געגרינדעט געווארן אין דעם 13טן יארהונדערט אין צפון־מערב [[אנאטאליע]]. איר נאכפאלגער איז  [[טערקיי|די רעפובליק פון טערקיי]], וואס איז אפיציעל אויפגעשטעלט 29 אקטאבער 1923.
די '''אטאמאַנישע אימפעריע''' (1293–1922) ([[אטאמאנישע טערקיש]]: دولتْ علیّه عثمانیّه '' Devlet-i Âliye-yi Osmâniyye'',<ref name="twareekh.com"/> [[טערקיש]]: ''Osmanlı Devleti'' אדער ''Osmanlı İmparatorluğu''), איז געווען א טערקישער שטאַט. אין יענער צייט איז די שטאַט געווען באוואוסט אלס די '''טערקישע אימפעריע'''. די אימפעריע איז געגרינדעט געווארן אין דעם 13טן יארהונדערט אין צפון־מערב [[אנאטאליע]]. איר נאכפאלגער איז  [[טערקיי|די רעפובליק פון טערקיי]], וואס איז אפיציעל אויפגעשטעלט 29 אקטאבער 1923.

רעוויזיע פון 22:33, 1 יאנואר 2023

גרעניצן אין 1683

די אטאמאַנישע אימפעריע (1293–1922) (אטאמאנישע טערקיש: دولتْ علیّه عثمانیّه Devlet-i Âliye-yi Osmâniyye,[1] טערקיש: Osmanlı Devleti אדער Osmanlı İmparatorluğu), איז געווען א טערקישער שטאַט. אין יענער צייט איז די שטאַט געווען באוואוסט אלס די טערקישע אימפעריע. די אימפעריע איז געגרינדעט געווארן אין דעם 13טן יארהונדערט אין צפון־מערב אנאטאליע. איר נאכפאלגער איז די רעפובליק פון טערקיי, וואס איז אפיציעל אויפגעשטעלט 29 אקטאבער 1923.

ביים שפיץ פון איר מאכט זענען אירע טעריטאריעס געווען פארשפרייט איבער דריי קאנטינענטן (16טער–17טער יארהונדערט), מיט א קאנטראל איבער א גרויסן טייל פון דרום-מזרח אייראפע, דעם מיטל מזרח און צפון אפריקע. די לענדער זענען געווען פון דעם דורכגאס פון גיבראלטאר (און אום 1553 דער אטלאנטישער בארטן פון מאראקא ווייטער פון גיבראלטאר) אין מערב, ביזן קאספישן ים און דעם פערסישן איינגאס אין מזרח; און פונעם עק פון עסטרייך, אונגארן און טיילן פון אוקראינע אין צפון ביז סודאן, עריטרעע, סאמאליע און תימן אין דרום. די אטאמאנישע אימפעריע האט געהאט 29 פראווינצן, ווי אויך די פרינציפאליטעטן פון מאלדאוויע, זימבערגן, וואלאכיע און סערביע[2]. ארץ ישראל איז געווען אריינגערעכנט ווי א טייל פון דער אטאמאנישער אימפעריע.

במשך זעקס יארהונדערטער איז די אימפעריע געווען דער צענטער פון אינטעראקציעס צווישן די מזרח און מערב וועלטן. מיט דער הויפטשטאט קושטא (איסטאנבול) און ריזיקע לענדער אין דער הערשאפט פון סוליימען דער פראכטיגער מער ווייניגער ווי די לענדער אונטער דער הערשאפט פון יוסטיניאן דער גרויסער מיט 1000 יאר פריער, איז די אטאמאנישע אימפעריע געווען א מוסולמענישער נאכפאלגער פון דער ביזאנטישער אימפעריע.

דער ערשטער קייסער איז געווען אסמאן דער ערשטער.

דער ערשטער אטאמאנישער הערשער וואס האט געהאט דעם טיטל סולטאן איז געווען באאיזיט דער ערשטער. אין 1390 האט ער איינגענומען די לעצטער פעסטונג פון דער ביזאנטישער אימפעריע אין קליין־אזיע. אין 1402 האט די אטאמנישע אימפעריע געכאפט א קלאפ, ווען טימור האט זיי געזיגט אין דעם קאמף פון אנקארא, און די טימורן האבן אים גענומען אין געפענגעניש.

אזוי ווי די אימפעריע איז געווען צווישן מזרח און מערב, איז דער גאנצער האנדל געווארן געפירט דורך די שטעט פון דער אימפעריע, במשך זעקס הונדערט יאר.

נאמען

דאס ווארט אטאמאן שטאמט פונעם נאמען פון אסמאן דער ערשטער, דער גרינדער פון דער אימפעריע און פון דעם הערשנדיקן הויז פון אסמאן (אויך באוואוסט ווי די אטאמאנישע דינאסטיע). דער נאמען אסמאן איז די טערקישע פארעם in פונעם אראבישן נאמען אוטמאַן (عثمان). אין אטאמאנישן טערקיש, האט מען גערופן די אימפעריע Devlet-i ʿAlīye-yi ʿOsmānīye (دولت عليه عثمانیه),[1] (פשוטו כמשמעו "דער אייבערשטער אטאמאנישער שטאַט") אדער אמאל ʿOsmānlı Devleti (عثمانلى دولتى). אין מאדערנעם טערקיש, הייסט זי Osmanlı İmparatorluğu ("די אטאמאניעש אימפעריע") אדער Osmanlı Devleti ("דער אטאמאנישער שטאַט").

אריגינעל האט דאס טערקישע ווארט פאר "אטאמאן" (Osmanlı) באדייט די שבטים-נאכפאלגער פון אטמאן אין דעם פערצטן יארהונדערט. שפעטער האט מען געניצט דעם נאמען פאר די חשובע מענטשן אין די מיליטער און אדמיניסטראציע. דאס ווארט "טערק" (Türk) אבער האט מען געניצט פאר די אנאטאלישע פויערן און שבטים־באפעלקערונג.

היסטאריע

אין דעם 13טן יארהונדערט איז אנאטאליע געווען צעטיילט אין א געלאטעכץ פון אומאפהענגיגע טערקישע פרינציפאליטעטן, באקאנט ווי די אנאטאלישע בייליקן. איינער פון די דאזיגע בייליקן, אין דעם געגנט פון ביטיניע אויפן גרעניץ פון דער ביזאנטישער אימפעריע, איז געווען אנגעפירט דורכן טערקישן שבט־אנפירער אסמאן (געש' 1324), א מענטש פון וועמען מען ווייסט כמעט גארנישט, און פון וועמען שטאמט דער נאמען אטאמאן. די ערשטע נאכפאלגער פון אסמאן זענען געווען סיי פון טערקישע אפשטאם סיי ביזאנטישע רענעגאנטן, א גרויסער טייל פון זיי געווארענע מוסולמענער. אסמאן האט פארשפרייט זיין פרינציפאליטעט ווען ער האט באהערשט ביזאנטישע שטעט לענגאויס דעם טייך סאקאריע. ס'זענען נישט פאראן קיין סך מקורות וועגן דער תקופה, דערפאר איז נישט קלאר וויאזוי די פריערדיגע אטאמאנען האבן געדאנזשעט צו געוועלטיקן איבער זייערע שכנים.

אין דעם 13טן יארהונדערט איז אנאטאליע געווען צעטיילט אין א געלאטעכץ פון אומאפהענגיגע טערקישע פרינציפאליטעטן, באקאנט ווי די אנאטאלישע בייליקן. איינער פון די דאזיגע בייליקן, אין דעם געגנט פון ביטיניע אויפן גרעניץ פון דער ביזאנטישער אימפעריע, איז געווען אנגעפירט דורכן טערקישן שבט־אנפירער אסמאן (געש' 1324), א מענטש פון וועמען מען ווייסט כמעט גארנישט, און פון וועמען שטאמט דער נאמען אטאמאן. די ערשטע נאכפאלגער פון אסמאן זענען געווען סיי פון טערקישע אפשטאם סיי ביזאנטישע רענעגאנטן, א גרויסער טייל פון זיי געווארענע מוסולמענער. אסמאן האט פארשפרייט זיין פרינציפאליטעט ווען ער האט באהערשט ביזאנטישע שטעט לענגאויס דעם טייך סאקאריע. ס'זענען נישט פאראן קיין סך מקורות וועגן דער תקופה, דערפאר איז נישט קלאר וויאזוי די פריערדיגע אטאמאנען האבן געדאנזשעט צו געוועלטיקן איבער זייערע שכנים.   אין דעם יארהונדערט נאכן טויט פון אסמאן דער ערשטער, האט אטאמאנישע הערשאפט אנגעהויבן זיך פארשפרייטן איבער אנאטאליע אין די באלקאן לענדער. אסמאנ'ס זון, ארהאן, האט איינגענומען די שטאט בורסע אין צפון-מערב אנאטאליע אין 1326, און האט געמאכט זי די נייע הויפטשטאט פון דער אטאמאנישער מדינה. מיט דעם ניצחון האבן די ביזאנטן פארלוירן זייער קאנטראל איבער צפון-מערב אנאטאליע. די וויכטיקע שטאט סאלאניקי איז געכאפט געווארן פון די ווענעטן אין 1387. דער אטאמאנישער ניצחון ביי קאסאווא אין 1389 האט געצייכענט דעם סוף פון סערבישע מאכט אין דעם געגנט, און האט געעפנט דעם וועג פאר אטאמאנישער פארברייטערונג אין אייראפע אריין.[3] דער קאמף פון ניקאפאליס אין 1396, ברייט געהאלטן דער לעצטער גרויסער קרייצצוג פון דער מיטל אלטער, האט נישט געקענט צוריקהאלטן דעם גאנג פאראויס פון די זיגנדיקע אטאמאנישע טערקן.[4]

אידן אין דער אטאמאנישער אימפעריע

אין די ערטער וואס די אטאמאנישע אימפעריע האט איינגענומען, ווי סטאמבול, זענען געווען פיל יידישע געמיינדעס, וואס די אטאמאנען האבן גערופן "ראמאניאטן".[5] ווען ער האט איינגענומען קושטא, האט דער סולטאן באשלאסן צו באזעצן די שטאט פונדאסניי, און דערפאר האט ער אריבערגעפירט אין דער שטאט טויזנטער אידן, בעיקר פון צענטראל גריכנלאנד און מאקעדאניע.

אחוץ פון זיי האבן א סאך פארטריבענע אידן, בעיקר פון פראנקרייך, פארטוגאל און שפאניע, זיך באזעצט אין דער אטאמאנישער אימפעריע אין די 14טער און 15טער יארהונדערטער.

נאכן פארטרייבן די אידן פון שפאניע, פארטוגאל און פראנקרייך האט דער סולטאן באיזיט דער צווייטער געוואלט מאכן פלאץ פאר זיי אונטער זיין הערשאפט.

שפעטער האבן אידן געוואוינט אין כמעט אלע שטעט פון דער אטאמאנישער אימפעריע, און ספעציעל זענען געווען בארימט די יידישע קהילות פון די שטעט סטאמבול, סאלאניקע, אדריאנאפאל (עדירנע), סאפיע און איזמיר.

אין דער אטאמאנישער אימפעריע זענען אויך געווען יידישע קהילות וואס זענען נישט געווען פון א ספרדישער (שפאנישער) אפשטאמונג. די אידן אין צפון אפריקע האט מען גערופן מאגראבישע אידן אדער מערבדיקע אידן (מאגרעב מיינט מערב, וואס צפון אפריקע ווערט גערופן אויף אראביש, אנדערש פון די מזרח לענדער). ס'איז שוין געווען א קהילה אידן וואס שטאמען פון צפון אפריקע אין ארץ ישראל, באזונדער פון דער ספרדישער קהילה. אין פארגלייך מיט די מאגראבישע אידן, האט מען גערופן די אידן אין עגיפטן, סיריע און ארץ ישראל מוסתערבים, ווייל זייער לעבנסשטייגער איז געווען ענלעך צו זייערע אראבישע שכנים. די אידן זענען נישט געווען פון די אידן פארטריבן פון שפאניע; זיי האבן אלעמאל געוואוינט אין די מזרח לענדער.

די פרנסות פון די אידן אין דער אטאמאנישער אימפעריע זענען געווען זייער פארשידנארטיג. א סאך אידן האבן געארבעט אין פארזארגן שפייז און וואפן, און האבן אויך פארזארגט די זאכן צו דער אטאמאנישער מיליטער. אנדערע אידן האבן געארבעט אין פאבריקאציע פון פעלן און קליידער. די פארטריבענע אידן פון אייראפע האבן מיטגעברענגט מיט זיי נייע אנטוויקלונגען צו דער אימפעריע.

א גרויסער טייל אידן האבן זיך באשעפטיגט מיט ארבעט וואס איז פארבונדן מיטן ים, ווי למשל פארט ארבעטער און טרעגער. די קהילה פון סאלאניקע איז געווען בארימט מער ווי אלע געמיינדעס צוליב אירע ים־טעטיקייטן; אזוי דער ארטיגער פארט איז געווען געפירט דורך אידן, איז ער געווען פארמאכט שבת און יום טוב, און אויך יעדן טאג א קורצע צייט נאכמיטאג בשעת ווען מען האט געדאווענט מנחה.   דער סולטאן האט געמוטיקט די אידן אויך עוסק זיין אין מסחר, ווייל ער האט געוואלט אנגרייפן די עקאנאמישע סופעריאריטעט פון די אייראפעאישע לענדער.

די אידן פון סאלאניקע און סטאמבול האבן געהאנדלט א סאך מיט פארשידענע אייראפעאישע לענדער.

די אידן זענען געווען ערלויבט צו פארן ארום דער אימפעריע גאנץ פריי, זיך צו באזעצן וואו זיי האבן געוואלט, און צו קויפן אומבאוועגלעכע גיטער. אחוץ דעם, זענען די אידן געווען אנערקענט ווי א רעליגיעזע געמיינדע און האבן געהאט א געוויסע מאס פון אויטאנאמיע אין די געביטן פון רעליגיע, יוסטיץ און געזעלשאפט. גאנץ א שיינע צאל אידן זענען געקומען צו וויכטיקע פאזיציעס אין דער אטאמאנישער אימפעריע, ווי למשל רבי יוסף המון און זיין זון רבי משה המון, וואס זענען ביידע געווען הויף דאקטוירים פון די סולטאנען . אויך דון יוסף נשיא, דער איידעם פון דאנא גראציע, איז צוגעקומען צום ראנג פון א הערצאג און האט געהערשט איבער עטלעכע אינזלען אין דעם אגאישן ים.

אין די טעג פונעם סולטאן מעהמעט דער צווייטער, איז דער יידישער לבוש געווען א רויטער הויב, אן איבערציער פון באוול און שווארצע שיך. דערנאך, אין דער תקופה פונעם סולטאן מוראט דער דריטער, האט מען גע'אסר'ט די אידן צו גיין אנגעטון זיידענע קליידער, די פרויען האבן נישט געטארט טראגן טייערע צירונג.

דער סולטאן מוראט דער פערטער האט געמאכט נאך הארבער פאר די אידן מער ווי אלע אנדערע אטאמאנישע סולטאנען. דער דאזיגער מצב פון די אידן האט געברענגט א געוויסע עמיגראציע צו די גרעניץ פראווינצן פון דער אימפעריע און אינדרויסן פון דער אימפעריע. אין דעם 18טן יארהונדערט און אין אנהייב 19טן יארהונדערט זענען די יידישע קהילות ווייטער אראפגעגאנגען. טאג טעגלעך האבן די אידן געליטן פון בילבולים, שטייערן, און נאך.

פונעם פערטן יארצענדלינג פונעם 19טן יארהונדערט זענען געשען דייטיקע ענדערונגען אין די לעבן און פאליטישן צושטאנד פון די אידן. די אידן האבן געבעטן א נאמינאציע וואס זאל זיין גלייך צו דער פאזיציע פון די גריכישע און ארמענישע פאטריארכן. אין 1836 האט דער סולטאן מאהמוט דער צווייטער באשטעטיגט די פאזיציע, און דער ערשטער וואס איז געווען באשטימט איזן געווען רבי אברהם הלוי, מיטן טיטל חכם באשי. ער איז געווען פאראנטווארטלעך אויפן קאפשטייעט און אויך אויף באשטראפן מענטשן פון דער יידישער געמיינדע.

אין דער צווייטער העלפט פונעם 19טן יארהונדערט האבן אויסגעבראכן 40 בלוט-בילבולים אין די לענג און ברייט פון דער אימפעריע, אבער די טערקישע הערשאפט האט געשיצט די אידן, ספעציעל דורכן אינטערווענץ פון בריטישן עסקן, סיר משה מאנטיפיארי

עס ווערט געשאצט אז אין די לעצטע טעג פון דער אימפעריע זענען געווען דארט 375,000 אידן (כולל אין ארץ ישראל).

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען twareekh.com
  2. פרינציפאליטעט פון סערביע
  3. Robert Elsie (2004). Historical Dictionary of Kosova. Scarecrow Press. pp. 95–96. ISBN 978-0-8108-5309-6.
  4. David Nicolle (1999). Nicopolis 1396: The Last Crusade. Osprey Publishing. ISBN 978-1-85532-918-8.
  5. די ביזאנטישע אימפעריע האט געהייסן ביי זיי "ראם", און דערפאר האבן זיי גערופן די אידן "ראמאניאטן".

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!