אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זלמן רייזען"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "ײַ" ב־"יי")
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט זלמן רײזען צו זלמן רייזען אן לאזן א ווייטערפירונג: החלפת טקסט – "ײ" ב־"יי")
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 17:41, 1 יאנואר 2023

 

זלמן רײזען (טיילמאָל אויך רייזין) (1887, בעלאַרוס – 1941?) איז געװען אַ באַװאוסטער פילאָלאָג פון דער אידישער שפּראַך, אַ היסטאָריקער פון ליטעראַטור, אַ שרייבער און זשורנאַליסט, פון די גרינדער פון דעם ייווא אינסטיטוט.

לעבנס געשיכטע

געבוירן אין שטאָט קאָידענאָװ, היינטצוטאָג אין בעלאַרוס. זיין פאָטער איז דער אידישער שרייבער און דיכטער קלמן רויזין, איז ער א אינגערער ברודער פון אַברהם רײזען און שרה רײזען, אויך זענען אויך געװאָרן באַװאוסטע מחברים און דיכטער.

אין יאָר 1915 האָט ער זיך אַריבערגעצויגן אין ווילנע, וואו ער האָט געגרינדעט (צוזאַמען מיט אַנדערע יידישע אינטעלעקטואַלען, ווי מאַקס װיינרייך) דעם ייִװאָ – ייִדיש װיסענשאַפטלעכן אינסטיטוט. רײזען איז אויך געװען דער רעדאַקטאָר פון "דער װילנער טאָג". פון זיינע ליטעראַרישע װערק, איז דער באַװאוסטסטער "לעקסיקאָן פון דער יידישער ליטעראַטור און פּרעסע".

וועגן זיין טויט איז עד היום ניט קלאָר, יש אומרים אַז נאָכדעם ווי די רויטע אַרמײ האָט פאַרנומען װילנע אין 1939, האָט מען רײזענען אַרעסטירט און אומגעבראַכט ערגעץ װאו אין דעם ראַטנפאַרבאַנד (מסתּמא אין ריגע). אַנדערע האַלטן אַז די דייטשן האָבן אים אומגעבראַכט נאָך זייער אייננעמען ווילנע אין 1941.

פון זיינע ווערק

היסטאָריע פון דער אידישער ליטעראַטור

  • פון מענדעלסאָן ביז מענדעלע: האַנטבוך פאַר דער געשיכטע פון דער ייִדישער השכלה ליטעראַטור מיט רעפּרדוקציעס און בילדער, וואַרשע: קולטור-ליגע, 1923.
  • לעקסיקאָן פון דער ייִדישער ליטעראַטור, פּרעסע און פילאָלאָגיע, 4 בענדער, ווילנע: 1926–1929.
  • פּסעוודאָנימען אין דער ייִדישער ליטעראַטור, ווילנע: ייִדישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט, 1939.

ביאָגראַפיעס

  • י"ל פרץ (ביאָגראַפיע): 1851–1915, וואַרשע: 1915.
  • מענדעלע מוכר ספרים: זיין לעבן און זיינע ווערק, ווילנע: קינדערוועלט, [תרפ"-].

שפּראַך און גראַמאַטיק

  • די מוטער־שפּראַך: אַ מעטאָדע צו לערנען לעזען און שרייבען יודיש מיט גראַממאַטיקאַלישע כללים: בייגעלעגט אַלע העברעאישע ווערטער, וואָס געהען אַריין אין דער יודישער שפּראַך, וואַרשע: פּראָגרעסס, (1914). ‬
  • גראַמאַטיק פון דער ייִדישער שפּראַך, ווילנע: תר"פ.
  • יודישע אָרטאָגראַפיע: קאַליגראַפישע מעטאָדע (צוזאַמענגעשטעלט דורך אַ גרופּע לעהרער, אונטער דער לייטונג פון ז' רייזען, מיט אַ קליינער כרעסטאמטיע פון מ' בירנבוים), וואַרשע: קולטור, תרע"ו.

איבערזעצונגען

  • דער גן עדן. האַנס כריסטיאַן אַנדערסען. וואַרשע, תרע"ט.
  • געקליבענע נאָוועלן. גיי דע מופּאַסאַן. ווילנע, 1923.
  • די האַרצרייזע. היינריך היינע. וואַרשע, תרע"א.
  • ירושלים און רוים : היסטאָרישער ראָמאַן אויס דער צייט פון בית־שני. לו וואַלאַס. ווילנע, 1931.
  • לואיזיאַן. יאָהאַנעס ווילהעלם יענסען. וואַרשע, תרע"ד 1914.
  • פאַר פרייהייט און רעכט : היסטאָרישע כראָניק צור צייט פון דער שפּאַנישער אינקוויזיציע אין האָלאַנד. ניקאָליי אַלעקסאַנדאָוויטש רובאַקין. ווילנע, תרע"-.
  • דער פליענדיקער קופּערט. האַנס כריסטיאַן אַנדערסען. ווילנע, 1931.
  • פערברעכען און שטראָף. פיאָדאָר דאָסטויעווסקי. וואַרשע, תרע"ג 1913.
  • דער פּרינץ און דער בעטלער. מאַרק טוויין. וואַרשע, תרפ"ט.
  • קאנטראבאנדיסטען. מיכאיל לרמונטוב. ווארשא, תרע"-.
  • א קיניג פון יהודה: היסטאָרישער ראָמאַן אויס דער צייט פון חורבן בית ראשון. ערנסט טרומפּ. ווילנע, תרפ"ו.
  • ראבינזאן קרוזא. דניאל דפו. ווארשע, תר"ע. ערשינען אויך אין 1928.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!