אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם יעקב פרידמאן (דריטער)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: , ← ,)
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
שורה 36: שורה 36:
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:חסידישע ראשי ישיבות]]
[[קאַטעגאָריע:חסידישע ראשי ישיבות]]
[[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 16:27, 25 דעצעמבער 2022

דער סאדיגורער רבי פירט טיש צו דער רוזשינער יארצייט אין דעם סאדיגורער בית המדרש, בני ברק, ג' חשוון תשע"א

רבי אברהם יעקב פרידמאן (ה' אלול ה'תרפ"ח - י"ט טבת ה'תשע"ג) איז געווען דער סאדיגורער רבי פון תשל"ט. ער האט געפירט זיין בית מדרש אין תל אביב און דערנאך אין בני ברק.

אפשטאם

רבי אברהם יעקב איז געבוירן געווארן ה' אלול תרפ"ח, צו זיין פאטער פון רבי מרדכי שלום יוסף, סאדיגורער רבי אין פשעמישל, דער "כנסת מרדכי", זון פון רבי אהרן, און זיין מוטער, מרת מירל, א טאכטער פון רבי ישראל שלום יוסף העשל פון מעזשביזש.

ביאגראפיע

אין תרצ"ט איז ער צוזאמען מיט זיין פאטער ארויף אין ארץ ישראל. שפעטער האט ער אימיגרירט אין אמעריקע מיט זיין פאטער, און זיי האבן געוואוינט אין קרוין הייטס, ברוקלין. ווען זיין פאטער איז צוריק אין ארץ ישראל איז ער געבליבן אין ניו יארק, ביז די תש"ך יארן.

ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט האט ער אויפגעשטעלט די רוזשינער ישיבה אין בני ברק, וואו ער איז געווען ראש ישיבה.

נאך זיין פאטער פטירה אין תשל"ט האט ער אנגעהויבן פירן די סאדיגורער רביסטעווע אין זיין פאטערס בית מדרש אין פנקס גאס, תל אביב, בערך דרייסיק יאר. די לעצטע יארן האט ער געוואוינט ער אין בני ברק, וואו ער האט אויפגעשטעלט א נייעם בית מדרש.

רבי אברהם יעקב איז געווען א מיטגליד אין דעם מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.

זיינע דברי תורה זענען געדרוקט אין דעם ספר "עקבי אבירים".

ער איז נפטר געווארן י"ט בטבת תשע"ג (יאנואר 2013) נאך ווען ער האט געכאפט א לונגען אנטצינדונג. מען האט אים באערדיגט אין דעם 'נחלת יצחק' בית עולם אין גבעתיים.

משפחה

רבי אברהם יעקב האט חתונה געהאט מיט מרת ציפורה (נפטר געווארן י"א תמוז תשס"ו), טאכטער פון ר' יוסף אריה פעלדמאן,[1] אן ארץ־ישראלדיקער עושר. זייערע קינדער זענען:

  • הרב ישראל משה פרידמאן, ממלא מקום אלס רבי, אן איידעם ביי ר' חיים משה פעלדמאן פון לאנדאן, ענגלאנד. ביז זיין פאטערס פטירה איז ער געווען דער רב פונעם סאדיגורער קלויז "אור ישראל" אין גאלדערס גרין, לאנדאן, און רב פון דעם סאדיגורער חסידות.
  • מרת חיה יוטא, די ווייב פון ר' שמואל זיינוויל שארף, א באבאווער חסיד אין ניו יארק.
  • מרת אלישבע, די ווייב פון הרב פנחס שפירא (דער זון פונעם אגודת ישראל כנסת דעפוטאט אברהם יוסף שפירא), רב פונעם סאדיגורער בית מדרש "כנסת מרדכי" אין תל אביב.

רעפערענצן

  1. יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור,עמ' 69, ירושלים תשנ"ה, שרייבט ר' יוסף פעלדמאן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!