אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בארג"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:50, 22 נאוועמבער 2022

מאטערהארן בארג ביי דעם שווייץ-איטאליע גרענעץ
סאנקט העלענס וואולקאן
בארג פֿודזשי
קילימאנדזשארא, דער העכסטער בארג אין אפריקע

א בארג איז א מאסע פון שטיינער און ערד וואס איז הויך עטלעכע הונדערטע מעטער העכער פון דער ארומיגער געגנט. רוב בערג אין דער וועלט האבן נישט ענצעלע שפיצן, נאר זיי שאַפֿן א באַרגרוקן. א בארג איז שיפער פון א בערגל.

א גרויסער טייל פון די בערג געפינען זיך אין בארגקייטן, וואס קען ווערן באשאפן דורך באוועגונג פון טעקטאנישע פלאטעס. די גרעסטע בארגקייטן אין דער וועלט געפינען זיך אין צוויי גרויסע פאסיקן: דער "וועלט פאסיק", וואס גייט ארום דעם פאציפישן אקעאן, און א מזרח-מערב פאסיק איבער אזיע און אייראפע. דער העכסטער בארגקייט אין דער וועלט איז די הימאלייע, מיט דעם העכסטן שפיץ, עווערעסט, הויך 8,848 מעטער איבערן ים אויבערפלאך.