אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שלמה פרידמאן (סאדיגורא)"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
ק (צמא לדעת האט באוועגט בלאט שלמה פרידמאן (סאדיגורא) צו רבי שלמה פרידמאן (סאדיגורא)) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 20:37, 21 דעצעמבער 2022
רבי שלמה פרידמאן זצ"ל (י"א תשרי ה'תר"ד - כ' טבת ה'תרמ"א), פון סאדיגורא. דער צווייטער זון פון סאדיגורער רבי'ן.
אפשטאם
רבי שלמה'ניו איז געבוירן אין קארלין, י"א תשרי ה'תר"ד, צו זיין פאטער הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת מרים, א טאכטער פון הרב אהרן פערלאוו, דער בית אהרן, א זון פון הרב אשר פערלאוו פון קארלין-סטאלין.
רבנות
רבי שלמה'ניו האט באהאלטען זיין שטארקע עבודה אין לערנען און צדקה, נאר ביים דאווענען האט מען געזען ווי ער קאכט פאר'ן אויבערשטן ווי א קעסעל אויפ'ן פייער.
רבי שלמה'ניו איז געווען דער רעכטע האנט פון זיין פאטער אין סאדיגורא.
הסתלקות
רבי שלמה'ניו איז נפטר געווארן נאך ביים פאטער'ס לעבען כ' טבת ה'תרמ"א, און ער ליגט אין סאדיגורא.
פאמיליע
רבי שלמה'ניו האט געהייראט בזיווג ראשון אין יאר ה'תרי"ח, מרת רחל לאה א טאכטער פון הרב צבי הירש פון רימאנאוו, (זי איז געווען פארלויבט צו זיין עלטערער ברודער רבי אשר'ל), נאך פופצן יאר און זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער האט ער זי גע'גט. בזיווג שני האט רבי שלמה'ניו געהייראט מרת פייגא א טאכטער פון זיין פעטער הרב דוד היילפרין. זייערע קינדער:
- מרת חוה לאה (ה'תרל"ה (אומגעפער) - י"ג חשוון ה'תשי"ט), די ווייב פון רבי נחום מרדכי פרידמאן (י"ז שבט ה'תרל"ד - י"ח אדר ב' ה'תש"ו), פון טשארטקאוו.
- מרת מרים, די ווייב פון רבי ישראל פרידמאן (כ"ד אלול ה'תרל"ח - אדר"ח אלול ה'תשי"א), פון באיאן-לייפציג.
- מרת גיטל לאה, בז"ר די ווייב פון רבי מרדכי שרגא פרידמאן פון באיאן און טשערנאוויץ. בז"ש די ווייב פון רבי ישעיה שפירא פון גראדזיסק. בז"ש די ווייב פון רבי אברהם יעקב שפירא פון דראהאביטש.
- מרת חוה, די ווייב פון רבי מרדכי שרגא פרידמאן פון קאפיטשניץ.
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערך אביו (4)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!