אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמואל רובין"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (←רעפערענצן: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: <references/> ← {{רעפערענצן}}) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 32: | שורה 32: | ||
[[קאַטעגאָריע:ראפשיץ]] | [[קאַטעגאָריע:ראפשיץ]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 10:39, 21 דעצעמבער 2022
רבי שמואל רובין זצ"ל (ה'תקצ"ה - ה'תרס"ד), רב אין קארטשין.
אפשטאם
רבי שמואל איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ה (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אהרן רובין רב אין רימאנאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל.
רבנות
אין יאר ה'תרל"ז אומגעפער איז רבי שמואל אויפגענימן געווארן רב אין קארטשין.
הסתלקות
רבי שמואל איז נפטר געווארן אין קראקא כ' תמוז ה'תרס"ד.
פאמיליע
רבי שמואל האט געהייראט מרת יוכבד א טאכטער פון הרב אלעזר ווייסבלום א זון פון הרב נפתלי ווייסבלום פון ליזענסק. זייערע קינדער:
- הרב נפתלי רובין (ה'תרכ"א - י"ג ניסן ה'תרח"ץ), רב אין ווישניצא.
- הרב אהרן רובין ( - ה'תרס"א).
- מרת צפורה ( - ב' ניסן ה'תש"ב), די ווייב פון הרב יוסף אריה לייביש פרישערמאן (ב' תשרי ה'תר"ל - כ"ה אדר ב' ה'תרע"ו), פון טאמאשאוו.
- מרת חנה די ווייב פון הרב אלימלך ווייסבלום, פון סטאשאוו.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!